יעקב הערצאג דער סקאלער אונטערשטיצונגס־ פאראיין אין ניו־יארק 0 יט קרוב צו ניינציג יאר צוריק האבן זיך באוויזן די ערשטע אימיגראנטן פון סקאלע אויף דעם אמעריקאנער באדן. דא האבן זיי געלעבט אין עלענד און אין גרויס ארימקייט. אין יאר 1890 האבן אנגעהויבן צו קומען קיין אמעריקע יונגעלייט פון סקאלע, א טייל פון זיי נאך גאר יונגע אינגלעך. זיי זענען געקומען אין צייט פון שרעקלעכן קריזיס, בעת פרעזידענט גראווער קליוולאנדס אדמיניסטראציע. אין א הייסער זומער נאכט זיינען זיך צונויפגעקומען די גרופע סקאלער יונגעלייט, ביי מענדל עדעלשטיין אין הויז, 46 דעלענסי סטריט. זיצנדיג אויף סקריפענדע בענקלעך, האט מען גערעדט וועגן די לעצטע נייעס פון דער היים, סקאלע. "גרינע", עלענדע, דער קערפער איז דא אין אמעריקע, און דאס הארץ איז געבליבן אין סקאלע, צווישן די קרובים און חברים. זיצט מען צוזאמען אין א סקאלער אטמאספערע, ביי א גלעזעל ביר צו פארטרייבן די בענקעניש נאך דער היים. דאס איז געווען די אזוי־גערופענע פראגרעסיווע גרופע. זיי האבן אנגעהויבן צו דיסקוטירן די נויטיגקייט פון גרינדן א סקאלער פאראיין. די אלע יונגעלייט האבן זיך אונטערגענומען צוזאמענצוברענגען די איבעריגע סקאלער, די שוין "אויסגעגרינטע", און צוזאמען גרינדן א סקאלער פאראיין.
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1290
passage_204c2b2ed1ff0b1c5fd66d54
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1292-1903
דערצו האט זיך געפאדערט זייער פיל קלעטערען אויף די העבסטע שטאקן ווייל מחמת עקאנאמישע אומשטענדן האבן סקאלער לאנדסלייט דווקא געוואוינט אויף די העבסטע שטאקן ־ ביליקער דירה־געלט . עס איז זי געלונגען צוזאמענצוברענגען דעם עלטערן סקאלער עלעמענט . אינצווישן האט פאסירט א טרויעריגער פאל ; עס איז געשטארבן אן עלענדער סקאלער לאנדסמאן , און עס איז נישט געווען קיין קבורה־געלט . די סקאלער גרופע האט צווישן זיך געשאפן די נויטיגע סומע און ער איז געבראבט געווארן צו קבר ישראל . צוריקקומענדי ג פון דער לויה , איז דער סקאלער פאראיין געווארן א פאקט . 256
passage_5dcb36b8bdd9c7bb3d8d35b3