Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 277
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-989

אץ יאר 892 וזענען די גרינדונגס פארמאליטעטן צוגעגרייט געווארן. כדי צו באקומען א געזעצלעכע באוויליגונג( א טשארטער) אץ ניו יארק, האט מען באדארפט זיין אמעריקאנער בירגער. דאס הייפעלע סקאלער האבן דעמאלט די בירגערשאפט נאך נישט געהאט. האט מען קאאפטירט דריי מענטשן פון אנדערע לאנדסמאנשאפטן, וואס זענען שוין געווען אמעריקאנער בירגער. אזוי אדום האט מען באקומען די באוויליגונג(דעם טשארטער). אץ יוני 893 איז דער סקאלער אונטערשטיצונגס־פאריין אפיציעל געגרינדעט געווארן מיט א טשארטער פון ניו יארק. די ערשטע מיטינגען זענען אפגעהאלטן געווארן איין מאל א וואך אין א הינטערשטן צימער פון א שענק, אויפ 33 ו ארטשארד סטריט. פריי, אן צאלן רענטע, מען האט בלויז בארארפט קויפן א גלאז ביר. באלד אבער האט די עלטערע גרופע לאנדסלייט פארלאנגט עס זאל געשאפן ווערן א סקאלער שוהלעכל, מען זאל קענען ראווענען דירעקט צום סקאלער רבונו של עולם, אץ א שוהלעכל מיט א ספר תורה איז געשאפ ן געווארען.

passage_ad764834f03d050a3edc9747
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 991-2181

קיץ פראטאקאלן און "רעקארדס" פון די מיטינגען זענען נישט פארשריבן געווארן אין יענער צייט. מען איז זיך צענויפגעקומען אראפגערעדט פון הארץ, דערציילט נייעסן, געלייענט בריוו פון סקאלע און מען איז זיך צעגאנגען. נאך דער גרויסער שריפה אין סקאלע (ביים סוף פון פאריקן יארהונדערט) האט דער סקאלער פאריין געשיקט א סומע געל ט(איינע האבן געזאג ט 50, אנדער ע 00 ו דאלאר) צו שמריה מעלצער, אז ער זאל עס פארטיילן צווישן די נשרפים. וויאזוי ער האט דאס געל ט פארטיילט, דאס האט קיינער נישט געוואוסט גענוי. עס איז אריבער א שטיקל צייט, רע ר פאראיין איז דורכגעגאנגען פארשידענע פעריאדן. די יונגע פראגרעסיווע גרופע און די עלטערע גרופע דאווענער ס האבן זיך נישט געקענט צונויפשמעלצן. די יונגעלייט האבן ביסלעכווי ז זיך דערווייטערט און איבערגעלאז ט רע ם פאראיין מיט דעם ספר תורה צו דער עלטערער גרופע. מיט א קורצע צייט שפעטע ר איז דער פאראיין אויפגעלייזט געווארן. דריי יאר זענען פאריבער. די סקאלער קאלאני ע האט זיך אס ך פארגרעסערט און עס האט זיך אנגעפאנגען א נייע אגיטאצי ע אויפצולעבן דעם סקאלער פאראיין, און דער סקאלער אונטערשטיצונגס פאראיין איז אויפגעשטאנען תחית המתים.

passage_63f3a4e2f90a08ef1a627523
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2183-2919

סוף יאר 49ו, בעת דער ערשטער וועלט מלחמה, זענען עטליכע פון די נייע סקאלער זיך צענויפגעקומען, זיי האבן איינגעזען, אז מען וועט דארפן העלפן אונזער היים־שטעטל ווען די מלחמה וועט זיך ענדיקן. עס איז באשלאסן געוואד צו גרינדען א סקאלער הילפס (רעליף) קאמיטעט. עטליכע פון די וואס זענען זיך צענויפגעקומען זענען געווען מיטגלידער פון סקאלער פאראיין. די וואס זענען נישט געווען קיץ מיטגלידער, זענען אויך אריינגעטראטן אין פאריין. דער ציל איז איצט געווען צו קירעווען דעם גאנצן פאריין אין דער ריכטונג פון טאן הילפס־ארבעט. לכתחילה האט מען זיך אנגעשטויסן אויף א קעגנערשאפט מצד די באאמטע, אבער לסוף איז די גאנצע מיטגלידערשאפט פון פאריין געוואונען 257

passage_b3bf4070db7d4238e3d5c361