געווארן פאר׳ן געדאנק פון "רעליף" פאר סקאלע. אלע האבן איינגעזען דעם נייטיקן צוועק. די גאנצע ארבעט איז באשטאנען אין זאמלע ן און אנגרייטן געל ט פאר דער צייט, ווען מען וועט עס באדארפן פאר דער היים־שטאט סקאלע. עס זענען דורכגעפירט געווארן צוויי טעאטער און צוויי טאנץ אוונטן.די איניציאטארן פון רעליף־ארבעט זענען אויך ארומגעגאנגן צווישן סקאלער לאנדסלייט, געזאמלט געלט און די פאנדן אוועקגעלייגט פאר דער צייט ווען מען וועט זיך נייטיקן דארין צו שיקן קיין סקאלע. אלע האבן געארבעט געטריי. אז עס איז נייטיק געווע ן צו פארן פון ארט צו ארט פאר די זאמלונגען, האבן די טוער פערזענליך באצאלט די הוצאות, אזוי אז יערער געזאמלטער דאלאר איז געבליבן א גאנצער דאלא ר אומבארירט. קי ץ שום אויסגאבן זענען נישט געווען. אלע פון רעליף־קאמיטעט, אן אויסנאם, האבן געגעב ן פון זייער צייט און געל ט פאר׳ן הילפס (רעליף) פאנד. אין ריכטיקן מאמענט האט זיך אויך פארמיר ט די סקאלער פרויען הילפס־גרופע (סקאלער פראגרעסיוו ליידיס) וואס האט צוגעטראגן א היבשן בייטראג פון טעטיקייט לטובת דער רעליף־ארבעט. ווען די מלחמה האט זיך געענדיקט, איז די ערשטע צייט קיין בריוו פון דארט נישט געקומען, ווייל אין יענער געגנט זענען נאך אנגעגאנגע ן פארשידענע קלענערע שלאכטן און אומרוען.
אין יענער צײַט איז צום קאמיטעט געקומען אונזער לאנדסמאן, דער שריפטשטעלער חנא גאטעספעלד און געזאגט, אז מאקס פיין (א באקאנטער ארבייטער־פירער) ווערט געשיקט פון דעם "פיפלס רעליף" קיץ אוקראינע. ער וועט זיין אין קאמעניץ פאדאלסק וועט ער, גאטעספעלד, ביי אים פועלן ער זאל מיטנעמען געלט קיץ סקאלע און דאס דארט איבערגעבן צו וועמען מען וועט אים הייסן. דער קאמיטעט האט דעמאלט מיטגעגעבן טויזנט דאלאר. דאס געלט איז דארט איבערגעגעבן און פארטיילט געוואררען. שפעטער זענען אנגעקומען עטליכע בריוו. די שרייבער האבן זיך באקלאגט, אז מען האט זיי געקריוודעט, און אז מען זאל שיקן געלט בלויז צו זיי. מען האט אויף די בריוו קיץ צופיל אכט נישט געלייגט, ווייל מען האט געקענט די שרייבער, מיט א קורצער צייט שפעטער איז איינער פון אונזער קאמיטעט, יעקב מעלמאן, געפאָרן קיין אוקראינע, כדי ארויסצונעמען פץ דארטן זיינע קרובים. מיר האבן מיט אים מיטגעשיקט 1500 דאלאר. ער האט דאס געלט געשיקט פון קאמעניץ קיץ סקאלע מיט זיינעם א שוואגער, ווייל פאר אים אליין צו פארן איז דעמאלט געווען שווער און אויך א סכנה. נאךדעם זענען ווידער אנגעקומען בריוו מיט קלאגעס, אז מעלמאן׳ס שוואגער האט אויסגעביטן די דאלארן אויף רובל און אויף אנדערע אסיגנאציעס פון יענער צייט און דאס האט נישט געטויגט.
צ ועטלעכ ע מענטש ן הא ט דע ר קאמיטע ט געשיק ט באזונדע ר צוביסלע ך געלט־שטיצע . אבע ר אינגיכ ן הא ט מע ן איינגעזען , א ז דע ר דאזיקע ר אופ ן פו ן דע ר רעליף־ארבע ט אי ז ניש ט דע ר בעסטער . אי ז באשלאס ן געווארן , א ז דארטן , אי ן סקאל ע גופא , זא ל געגרינדע ט ווער ן א ספעציעלע ר קאמיטעט , צ ו 258