יידישע וויצע־בירגערמייסטער. ער איז געווען א הייסער ודזשניצער חסיד, זייער א קלוגער און דערצו א גאר גוטער פאליטיקער; ער האט געפירט די גאנצע שטאט־פאליטיק און איז תמיד געווען א חשוב ביי די באצירקס־באאמטע. חסידים, רבנים און זייערע "קעמפענדיקע" צדדים סקאלע איז געווען א חסידיש שטעטל. עס זענען געווען וויזשניצער חסידים, טשארטקאווער, הוסיאטינער, אטיניער, האראדענקער, און קאפיטשיני־צער. די טשארטקעווער און וויזשניצער חסידים האבן געהאט זייערן א רב און זייערן א שוחט. דער וויזשניצער צד איז געווען שטארקער און געהאט אלס רב, ר׳ אברהם דרימער ז״ל, דער זון פון הרה״ג ר׳ שלמה דרימער וואס איז געווען א סך יארן רב אין סקאלע. ער איז געווען דער מחבר פון דעם ספר שאלות ותשובות "בית שלמה". דער ספר איז גוט באקאנ ט אץ דער רבנישער וועלט. נאך דער פטירה פון הרה״ג ר׳ שלמה דרימער, האבן די וויזשניצער חסידים אויפגענומען זיין זץ ר׳ אברהם. ער איז געווען א גרויסער למדן, האט געלערנט טאג און נאכט. אין סוף פץ ניינצטן יארהונדערט האבן די טשארטקאווער חסידים זיך מיישב געווען־ זיי זענען דעמאלט נאך געווען שוואך־ זיי ווילן כאטש א דיין, און זיי האבן פון בערעזשאן אראפגעבראכט הרב יהודה בנימין לויפער, אלס דיין. דא האט זיך אנגעהדבן דאס אמתע מחלוקת. יעדער צד האט געמיינט אז ער איז גערעכט.
זענען אויך געווען צווייערליי שוחטים. איין צד האט נישט גענוצט דאס פלייש פונעם אנדערן צד, ווי אויך נישט גענוצט דעם געשי ר פונעם צווייטן צד, און ביידע צדדים זענען זיך געווארן בלוטיקע שונאים. עם איז אפילו דערגאנגען ביז מסירות און פעטש. די מחלוקה צווישן די צדדים האט אנגעהאלטן גאר לאנג, נישט בלויז באזונדערע רבנים און שוחטים, נאר אויך באזונדערע קלויזן(בתי תפילה) האבן די חסידים געהאט, און אוודאי און אוודאי אייגענע שמשים. בתי המדרש, חברא קדישא און די שמשים סקאלער יידן האבן מתפלל געווען אין א גאנצער ריי פון בתי תפילה און מנינים, יעדער איינער לויט זיין חסידישער נטיה, אדער סאציאלן שטאנד. געווען צוויי טשארטקאווער קלויזן און א סטריסיווע ר קלויז. ביידע טשארטקאווער קלויזן זענען חרוב געווארן בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. בלויז איינע, די "נייע" איז ווידער אויפגעבויט געווארן. מתפללים פון דער אלטער טשארטקאווער קלויז האבן נאך דער מלחמה געשאפן א באזונדערן מנין אין הויז פץ באקאנטן שטאטישן גביר אץ טשארטקאווער חסיד ר׳ שמריהו מעלצער. די וויזשניצער קלויז, וואס איז אויך צעשטערט געוואק בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, איז שוין מער נישט צוריק אויפגעבויט געווארן. די מתפללים(וויזשניצער חסידים) האבן געשאפן א וויזשניצער מנין אין הויז פון הרב 34