הירש־וואלף, זייערא וואוילער, ארנטלעכער מענטש. אריינגיין אין שוויצבאד פרייטיק האט געקאסט 6 גרייצער. מיט א בעזעמל אפשמייסן האט אויך געקאסט 10 גרייצער. נאכן ערשטן וועלט־קריג האט מען מיט דער הילף פונעם "דזשאינט" און מיט א ביישטייעדונג פון די אדטיקע יידן, איבערגעבויט די גאנצע געביידע און איינגעריכטעט א מאדערנ באד, מיט קאבינעס און פארצעלאן־וואנעם,מיט א שוויצבאד פון ערשטע און צווייטע קלאסן, מיט שאפקעלעך פאר דעם אנטועכץ און סאפקעלעך צום אפרוען זיך, אץ א מקווה פון קאכל. א טייל יידן האבן געהאט א טענה, אז מען האט די באד איבערגעבויט און דער סופיט איז געווען פץ בעטאן אן באלקנס, הלמאי מ׳האט אפילו נישט קיץ פלאץ וואו דאס קויטיקע העמד אויפצוהענגען.. . אז ד בדרך כלל, האט אדסגעזען סקאלע, ביים טייך זברוטש, אץ מזרח גאליציע, פאר׳ן גרויסן בראנד און חורבן. ס׳איז דארטן געווען א קאלירפולע, שעפערישע יידישע קהילה. בעת די רוהיקע יארן, אונטער דער עסטרייכישער מאנארכיע, פאר דער ערשטער וועלט־מלחמה, איז עס געווען א קהילה פץ קענטיקער שפע אץ פרנסה. בעיקר, האבן יידן גענאסן פץ בירגער־ רעכט אץ.פרייהייט, לויט דער קאנסטיטוציע.
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1158
passage_4dcf923929101c2f18e215c0
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1160-1785
נאכ׳ן פונאנדערפאל פון דער עסטרייכישער אימפעריע, אונטער דער ממשלה פץ פוילן, איז געקומען א קענטיקע ירידה אין א סך הינזיכטן. ס׳האט זיך אדך פארשפרייט א ביטערער אנטיסעמיטיזם. דאך האבן סקאלער יידן־ווייטער אנגעהאלטן א מעמד, הגם א סך האבן זיך געראנגלט פאר זייער עקזיסטענץ, עקאנאמיש, פאליטיש אץ סאציאל. אזד, בידן אויסברוך פון צווייטן וועלט־קריג, ווען די נאצישע אקופאנטן און זייערע אוקראינישע ארויסהעלפער ס ימ״ש, האבן חרוב געמאכט די קהילה און פארשניטן די לעבנס פון די יידן. זאל דער אנדענק פץ אונזערע מארטירערס, די קדושים, זיין געהייליקט אויף תמיד. 46
passage_6fae1fd70c520a162f9dbb7b