387 משה מונשכיץ 388 עם ווילט זיך זען די יונגע חברה, וואס זינגען קלאפן מיט די הענט, "הגלילה", העכער, שטארקער, מען מוז צוברעכן גלות־ווענט... עם ווילט זיך זען די טאטעס־מאמעס וואס האבן שווער דורך לאנגע יארן אפגעשפארט זיך יעדן גראשן די כוחות זייערע פארלארן און מיט פרייד באגלייט די קינדער אלץ פון זיי אוועקגעגעבן און ביים באן די לעצטע ברכה: "שאפט פאר אונז א נייעם לעבן" ...און עס ווילט זיך שרייען, רופן; נישט אנטוישט האבן די קינדער! פאקט די פעקלאך, מאכט זיך פארטיג זיי רופן אייך צו זיך אצינד! און עס ווילט זיך זי דערציילן וועגן אלץ וואס איז דא געשען. באר פלוצלונג... נישט חלוצים, נישט קיין הורה, טאטעס־מאמעס — ווי נישט געווען; נאר געשפענסטער איז געבליבן א חלום אין דער יאר־צייט נאכט, וואס נאגט, פייניגט און פרעגט: פארוואס? פארוואס צו אונז זיי נישט געבראכט... גענוג... אנטלויפן ווילט זיך פון דעם שטעטל און צום לעצטן מאל נאר, קוק זיך אום; ליינג־אויס פון ביידע זייטן גאס — די הייזער ווי מצבות גרויסע זאגן עדות שטום, אז דארט אויף קברים פון אומשולדיקע קרבנות וועט גישט שפראצן מער קיין נייער לעבן. און דו טראכסט... די קוואלן וועלן אויסגעטריקנט ווערן און די ערד וועט מער איר פרוכט נישט געבן פאר א פאלק וואס שותפים זיינען אירע פירער אין מארד און פייניקן אונזערע מארטירער. דזכרון...
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1420
passage_1bba2ee3bdf5b27918b0492e
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1422-2059
מיר צינדן אן ליכט און זאגן א קדיש מיר רעדן און שרייבן, מיר ווידמען די לידער פאר נשמות פון קדושים, נשמות פון טהורים פאר טאטעׁם און מאמעס, פאר שוועסטער און ברידער. דער שיין פון די ליכט וועט באלייכטן די וועג צו א לעבן פון יושר, פון ארבעט און שאפן, מיט דראנג און מיט ווילן צו העלפן דעם צודיטן צו היילן דעם קראנקן, צו שטארקן דעם שלאפן. צו בריינגען פון גלות דעם נאנטן און ווייטן די שארית הפליטה וואס דארט איז געבליבן. בויען צוזאמען דעם דענקמאל אויפ דורוֹת הויד אויפ אים טימבאליש אויפגעשריבן: אידיש פאלק — אייביג פריי • מדינת ישראל — כח לחי •
passage_efb055b02c261aa2ac357c1b