Original scan
Original memorial-book scan 220
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-954

415 י. שליימקאוויטש 416 פאטאגראפירט ביי דער קראם פון גאלדעוועלער: רעכטס — דער גאזעטציע. אינמיטן — הערשל דער טרעגער. לינקס — גאלדעוועלער פארריכטיי וואנט פון איר קראם. וועלט־מלחמה איז געווען א שטארקע ירידה אין אומזאץ. די סיבות דערפון זענען פאלגענדע: 1) צוליב דעם אלגעמיינעם קריזיס איז די גאנצע באפעלקערונג שטארק פארארעמט. דער לעבנס־ניווא איז געפאלן און דער פארברויך פון פארשיידענע ארטיקלען איז שטארק פאר־ קלענערט. 2) די ליקווידאציע פון די גארבערייע האבן געבראכט דערצו, אז א טייל פון דער באפעלקערונג האט פארלארן זיין באשעפטיקונג. 3) דאס אנטשטיין פון נישט־יידישע געוועלבער אין די דערפער ארום סא־ קאלקע. 4) די קאנקורענץ פון די נישט־יידישע קאאפע־ ראטיוון און 5) דאס ארויסציען זיך פון די זעלנער. אנשטאט א פאלק האבן זיך געפונען אין גארניזאן קוים עטלעכע צענדליג מאן. די אלע מאמענטן האבן גע־ בראכט צו פארמינדערונג פון אומזאץ.

passage_62c46eb260c00db87cb60ba1
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 956-2253

אין די שפייז־קלייטלעך, מיט א פאטענט פון 4־טער קאטעגאריע, איז געווען דער פדיון אין א וואכענדיקן טאג אין דורכשניט 6 זלאטעס. אין א יאריד־טאג 20 זלאטעס. אין א שפייז־קראם מיט דריטער קאטעגאריע־ פאטענט איז דער פדיון געווען בערך צוויי מאל גרעסער. אין א לעדער־קראם מיט א פאטענט דריטער קאטעגאריע איז דער פדיון 20 זלאטעס, אין א מארק־טאג 150 זלא־ טעס. דאס זעלבע אין די אייזן־קראמען. די פארארעמונג פון סוחרים־שטאנד האט זיך ארויסגעוויזן קודם־כל אין איבערגאנג פון העכערע קאטעגאריעס צו נידעריקערע. קיין מאסנהאפטע שליסונג פון די געשעפטן ווי אין די יארן 32 — 1931 איז מער נישטא. דער יידישער סוחר ליקווידירט נישט דאס געוועלב. פשוט דערפאר ווייל ער האט נישט קיין אויסזיכטן אויף עפעס א בעסערן באשעפטיקונג, וואס זאל אים געבן א בעסערן פארדינסט. אויף דער פארארעמונג פון קרעמער האט אין א גרוסער מאס אויך מיטגעווירקט די שווערע שטייערן־לאסט און ס׳לאזט זיך אויך פילן דער מאנגל אין קרעדיט. די יידישע קאאפעראטיווע פאלקס־באנק האט אפגעשטעלט געבן קרעדיטן זינט אייניקע יאר. די איינציקע קרעדיט־ אינסטיטוציע איז געבליבן די גמילות־חסדים־קאסע. אבער זי האט נישט געקענט באפרידיקן אלע באדערפע־ סאקאלקער קרעמער באגלייטן מיט זייערע בליקן א דעמאנסטראציע פיז "השומר הצעיר"

passage_56c36e8265f446edf7ea110b