419 י . שליימקאוויטש 420 ווארשטאטן וועלכע באשעפטיקן מער ווי 5 מאן. ס׳זענען געמאכט געווארן פרווון צו שאפן האנטווערקער־ קארטלען צווישן די גלעזער און היטל־מאכער, אבער ס׳איז נישט געלונגען פונקט ווי די קאאפעראטיוון. אין די לעצטע יארן זענען צוגעקומען פיל נישט־יידישע ווארשטאטן. ספעציעל פון שמידעריי, שניידעריי, שוס־ טעריי און שלאסעריי; 44 זעלבסטשטענדיגע מייסטערס האבן נישט געהאט קיין האנטווערקער־קארטל און זיי האבן געהאט אויסצושטיין פארשידענע שיקאנעס און פארפאלגונגען. ס׳איז כמעט נישט געווען קיין יידישער געזעל און לערן־יינגלעך. צוליב מורא פאר שטייערן און קראנקן־קאסע ווערן נישט אנגענומען קיין לערן־ יינגלעך. א האנטווערקער ארבעט נאר צוזאמען מיט זיינע קינדער. 12 משפחות האבן געהאט אין שטעטל פרנסה פון בעל־עגלה׳ריי, האבן אבער די הורט־סוחרים אויס־ געבויט א מאגאזין נעבן דער באן־ליניע, אזוי איז דער דאזיקער פרנסה־צווייג אינגאנצן אונטערגעגאנגען און צו די פרנסה־לאזע גארבער זענען צוגעקומען די ארבעטסלאזע בעלי־עגלות. קיין נייע פרנסה־צווייגן זענען נישט געשאפן געווארן. די פרווון פון ״צעקאבע״ 1 דער ערשטער אוטו "פורד" וואס האט קורסירט ביאליסטאק—סוקולקה—גראדנע
Original scan
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1196
passage_f8cc6289167dc3a37d0b1240
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1198-1851
זענען אינגאנצן נישט געלונגען. די קראליקעס האבן נישט געבראכט אפילו אזויפיל, וויפיל זיי עסן אויף און אוגערקעס צאלן זיך מער אפ ווי די מעדיצינישע געוויקסן. טייל משפחות האבן זיך געפרוווט איבער־ ווארפן צו גערטנעריי. 5 לאסט־אויטאס האבן קורסירט צווישן סאקאלקע און ביאליסטאק. צוליב פארמלוכה׳שן די קאמוניקאציע־ מיטלן האבן די יידן אנגעהויבן איבערפירן די סחורה ביי דער באן־סטאציע אין סאקאלקע שטעהן: ישראל דער נאוועבראניעץ, סוקולאובסקי מאיר, צ׳רנעס שמחה, זליג מידלר, גלזהנדלר אברהם גולדגלייד, ישראל מאריינע, שמעון ספירשטיין, קרוגלק, ברנשטיין, טארלאווסקי 1 צענטראלע קאאפעראטיוו־ביורא.
passage_cc212846d75d0992e9436f3f