Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 223
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1208

421 סאקאלק אָ נא ד דע ר 1־טער וועלט־מלחמה 422 פו ן ביאליסטא ק מי ט פערד, וו י זי י האב ן דא ס געטא ן איידער זי י האב ן איינגעשאפ ט ד י אויטאס. אזו י אי ז געגאנגע ן "פארווערטס" ד י טעכניק. אויסשליסלעך פו ן לאנדווירטשאפט האב ן געלעב ט בלויז צווי י יידישע משפחות מי ט גערטנערי י או ן סעדערי י האב ן זי ד פארנומע ן 15 יידיש ע משפחות. אבע ר בי י אל ע אי ז דא ס געווע ן בלוי ז א נעבן־פרנסה. ד י יידיש ע באפעלקערונ ג אי ן ד י לעצט ע יאר ן פא ר דע ר צווייטע ר וועלט־מלחמ ה אי ז זייע ר פארארעמט. ס׳אי ז קיי ן ווונדע ר ניש ט דעריבער, ווא ס פו ן סאקאלק ע ה א ט זי ך אנטוויקל ט אי ן ד י דאזיק ע יאר ן א שטארק ע עמיגראנציע. ניש ט נא ר יוגנטלעכע, נא ר גאנצ ע מש - פחו ת האב ן עמיגרירט, איבערהויפ ט קיי ן ארץ־ישראל, אבע ר אוי ך קיי ן ארגענטיגע, קוב א א. א. וו. א ס ך האב ן זי ך איבערגעצויג ן אי ן אנדער ע שטע ט אי ן פוילן, וו י ביאליסטאק, ווארשע, ווילנ ע או ן אי ן פי ל נאענט־ ליגנדיק ע קלענער ע שטעטלעך, פונק ט פארקער ט וו י דא ס אי ז געווע ן פא ר דע ר ערשטע ר וועלט־מלחמה. דא ן אי ז אי ן סאקאלק ע געווע ן דע ר וווילשטאנ ד גרעסע ר וו י אי ן אנדער ע שטעטלע ך ארומ, צולי ב ד י גארבע־ רייען. דעמאל ט אי ז פו ן ד י ארומיק ע שטעטלע ך גע ־ גאנגע ן א גרעסער ע עמיגראנצי ע קיי ן אמריקע. אבע ר

passage_3323fcb92e01231c52b0187b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1210-2396

נישט פון סאקאלקע . דעריבער , נישט האבנדילן קיין סך קרובים , איז אנגעקומען ווייניקער שטיצע פון אמעריקע ווי אין די ארומיקע שטעטלעך . דאך זענען געווען אייניקע משפחות , וואס לעבן אויסשליסלעך פון דער שטיצע , וואס זיי האבן באקומען פון די קרובים פון אמעריקע און פון ארץ־ישראל . שטארקער פון אלעמען האט געפילט די פלאגן פון דער עקאנאמישער ירידה די יוגנט . כמעט אויסגעשלאסן איז געווען פאר א יוגנטלעכן דער צוטריט צו לערנען א פאך . בילדן די קינדער זענען די עלטערן נישט ביכולת . קיין מיטל־שול איז אין סאקאלקע נישט געווען און צו שיקן א קינד אין א צווייטער שטאט זענען געווען די קאסטן גרויסע . נישט בעסער איז געווען די לאגע פון דער שטודירנדיקער יונגט (אפילו פון די וואס האבן אויסשטודירט) . זיי זענען געבליבן ניט האבענדיק זיך צו וואס צו נעמען , דעפרעסן פון אפאטיע , יאוש און אויסזיכטסלאזיקייט . דער איינציקער אויסקוק איז געווען אויף עמיגראציע , ספעציעל קיין ארץ־ישראל , אבער אויך דאס איז שווער געווען צו דערגרייכן . גרויס איז געווען דער אנזען פון הכשרה קיבוץ אין שטעטל . געגרינדעט האט זיך דער קיבוץ אין א צייט פון עקאנאמישער ירידה , נאך דער שליסונג פון די

passage_3239ddfadfbdc74491fb37b2