Original scan
Original memorial-book scan 225
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1379

י. צינאוויטש סאקאלקע אין ליכט פון דער פרעסע ווי באקאנט זענען די ערשטע צייטונגען פאר יידן אין רוסלאנד געווען אין העברעאיש, ווי "המגיד" (דערשינען אין ליק, א גרעניץ־שטעטל אין אסט פרייסן); ״הצפירה״ אין ווארשע; "המליץ" אין פע־ טערבורג; "היום", און ערשט דערנאך האבן אנגע־ הויבן דערשינען צייטונגען אויך אין יידיש. אין די העברעאישע צייטונגען געפינט מען זעלטן קארעס־ פאנדענציעס וועגן סאקאלקע. עס האט געפעלט, ווייזט אויס, אין סאקאלקע א מענטש א משכיל וואס האט געוואלט שרייבן אין דער פרעסע, ווי ס׳איז געווען אין אלע אנדערע שטעטלעך. אויך די פארהאנענע קארעספאנדענציעס זענען געשריבן מייסטנס דורך נישט קיין שטאטישע. אבער פון זיי קען מען בא־ קומען א שטיקל באגריף ווי סאקאלקע האט אויס־ געקוקט אין יידישן לעבן און וואס ס׳האט זיך אפ־ געטאן דארט אין יענע צייט. אין ״המליץ״ האב איך געפונען נאך פון יאר 1881 א נאטיץ וועגן סאקאלקע, און נאד דעם נאד אייניקע. אין "הצפירה" און "המגיד" איז גארנישט געשריבן וועגן סאקאלקע. דאס הייסט נישט, אז וועגן דעם שטעטל איז נישט געווען וואס צו שרייבן, נאר ס׳האבן זי ד נישט געפונען קיין "קארעספאנדענטן" און מען דארף דאנקזאגן פאר דעם וואס ס׳האט זיך אפ־ געפונען. מיר געבן דא איינס נאכאיינאנדער 10 אזעלכע קארעספאנדענציעס אין יידישער איבערזעצונג, מיט די דאטעס פון צייטונג:

passage_cc255577e58e2640a7d2859b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1381-2407

1. כ״ז ניסן תרמ״א (1881) אונזער שטאט ווערט גערעכנט צווישן די קליינע. אבער זי קען קאנקורירן מיט די גרעסערע שטעט אין אונזער שכנשאפט מיט אירע מעשי צדקות און געלט פארטיילונג. אירע מענשן זענען מייסטנס גוט־ הארציקע און זייער טייסטער איז ברייט אפן פאר פארשידענע צוועקן, זענען אנטיילנעמער פון יעדער הומאנער טעטיקייט און האבן געשאפן פארשידענע חברות; חבר ש״ס, ביקור־חולים, תלמוד־תורה, הב־ נסת־אורחים אז״וו. זיי פאסן זיך אויס אויף די באדער־ יעישן פון דער ארטיקער קהילה און פאר צוויי יאר האט מען אויפגעשטעלט א ניי בית־מרחץ מיט א שיינע מקווה, און דאס אויפשטעלן האט געקאסט צוויי טויזנט רובל. אייניקע מיטגלידער פון דער חבר ה"דורשי השכלה" האבן זיך ארויסגעזאגט אז ס׳איז זייער וויכטיק צו גרינדן דא אין סאקאלקע א שול, אבער ס׳פעלן געלדמיטלען דאצו. ס׳איז אלזא ווינשנסווערט, אז די חבר ה"מפיצי השכלה" זאל זיך אינטערעסירן מיט דעם באדארף און עם פראקטיש אדורכפירן. יהועזע צפי פארנא 2. י׳ תמוז תדמ״כ (1882)

passage_3bf706ef9fece44145af72de
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2409-2990

דע ם 29 מאי, א מארק־טאג, זענע ן געקומע ן אייניגע פויערן אי ן א יידיש געוועל ב אי ן סאקאלקע או ן געכאפט אל ץ ווא ם זי י האב ן געקאנט. או ן ווען דע ר קרעמער הא ט זי ך געשטעל ט קעג ן זיי, האב ן זי י צערבראכ ן אל ץ ווא ס אי ז געווע ן אי ן געוועל ב או ן ד י פאליציאנט ן זענע ן געשטאנע ן פו ן ווייטן, בי ז ס׳אי ז געקומע ן דע ר איספראווגי ק או ן מי ט זיי ן שטעק ן הא ט ע ר ד י פויערן געלערנ ט דרד־אר ץ או ן הא ט באפויל ן איינצוזעצ ן ד י רויבע ר אי ן תפיסה, או ן הא ט ד י "דיע ־ לא " איבערגעב ן דע ם געריכט. ע ר הא ט אוי ך אוים ־ געזידל ט ד י פאליציאנטן. שמוא ל זאנענשיי ו

passage_7ac8818b5e06e87f46d98209