Original scan
Original memorial-book scan 226
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-747

427 י. צינאוויטש 428 3. י״כ אדר״א תרמ״ג (1883) יעניעוואךאיזדאגעשטארבןבייר״ינפחאאקינד פון5יאר,אוןוויס׳פירטזיךבייאונזהאטמען אויףדערשנעלגענייטתכריכים,אוןמעןהאטאיר מטהרגיוועוועןאוןאנגעטאןדיתכריכים.אבערווען מעהאטאירארויסגעפירטפוןשטובהאטדי"טויטע" אנגעהויבןזיפצןאוןאפאטעמעןאוןגעווארןצוריק לעבעדיק,אוןזילעבטמיטונזביזהיינט.ווען מעןוואלטאיראיינשעהפריערגעפירטצוםקובר זיין,וואלטזיפארלוירןגעגאנגעןפארדיוועללט. זאלןאונזערעברידעערזע ןאויפצופאסןאוןזיד נישטאיילןצופירןצוקבורהצוליב"יקרדשכבי", וויילס׳איזבעסער"יקרדחיי". יחזקאלסידראנסקי 4. כ״ד אייר תרמ״ד (1884)

passage_b426ca17cb8456468d5a3103
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 749-2021

פון סאקאלקע טיילט מיט ה׳ ישראל שער, אז פאר א קורצע צייט האט דארט אויסגעבראכן א מחלוקה א גרויסע צוליבן רב, וואס זיצט דארט שוין א יאר, און אייניקע וואם זענען נישט שטארק צופרידן פונעם רב ווילן מאכן פאר א רב דעם דיין, און דעם רב׳ס פריינט זענען קעגן דעם שריט. דערווייל רייסן זיך די שטאטלייט ארום איינער מיטן צווייטן ביז דער פאוויאטאווע איספראווניק האט עס אויפגעגומען, און ער האט איינגעלאדן דעם רב און דיין צו קומען צו אים. זיי האבן זיך אונטערגעשריבן ביי אים אז איי־ נער פון זיי מוז פארלאזן די שטאט, און דאס זאלן זיי טאן: זיי דארפן זיך ווענדן צו גרויסע רבנים, און יוער ס׳וועט אויפווייזן אז ער קען בעסער לערנען פונעם צווייטן, דער וועט בלייבן רב, און דער צווייטער וועט זיך זוכן א פאסטן אין אן אנדער שטאט. דאס אלץ האט דער בעאמטער געטאן, אום איינצושטילן די מחלוקת אין שטאט. ס׳איז א חרפה און בושה פאר אונז אז קריסטלעכע בעאמטע זאלן זיך אריינמישן אין אונדזערע ענינים אויך אין רבנות פראגן. 5. י״ח תמוז תרמ״ד (1884) אין ״המליץ״ נומער 35 האט ישראל שער אויסגע־ טראכט אויפן אונזער שטעטל א גרויסע אנטשעפעניש, אז דער פאוויאטאווע איספראווניק איז געווען דער פשרה־מאכער צווישן רב און דיין. איך קום דא צו

passage_d21945918316af68fbd71ca8
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2023-3406

בעטאנען א זזיינעריי דזענען נישט ריכטיק, און די זאך איז געווען אזוי: א געוויסער קצב אין שטאט האט פארקויפט אין די פסח־טעג אין די יאטקע פלייש נישט גענוג געטרייבערט, און דער רב און דיין האבן געאסר׳ט צו קויפן פלייש ביים קצב. דער איספראוו־ ניק האט געהערט, אז ס׳איז עפעס פאסירט אין יאטקע נישט וויסנדיק וואס (און אגב איז כדאי צו דערמא־ נען, אז ער איז א ליבהאבער פון אמת און זיין פירונג מיט יידן איז ווערט א דאנק און אנערקענונג) און ער האט געמיינט, אפשר איז דא עפעס קעגן די רעגירונגם געזעצן, האט ער געפאדערט פון רב, דיין און שוח־ טים אים צו אינפארמיר ן גענוי, און זיי האבן אים געגעבן צו פארשטיין, אז ס׳האט דא גארנישט פאסירט וואס איז קעגן די געזעצן און דאס איז פארבונד ן נאר מיט אידישקייט, און נאר די רבנים קענען דא ענט־ שיידן. דאס האט אים געפאלן און ער האט זיך נישט מער אריינגעמישט אין דעם. און איך ווייס נישט ווי קומט דער שרייבער אויסצוטראכטן אז א זאך, וואס איז נישט אמת. און וועג ן היגן רב — קען איך פאר־ זיכערן, אז ער זיצט ביי אונז גאנץ פעסט און אלע אין שטאט רעספעקטירן אים זער. לייפ פאדאלסקי ס׳זענען ריכטיג די רייד פונם שרייבער און ס׳איז כדאי צו פארעפנטליכן זיי אין די צייטונג "המליץ". אונטערגעשריב ן דער קאזיאנע ראבינער פון סאקאלקע. דובער פרידפערג 6. ח׳ אלול תרמ״ד (1884)

passage_419a2bc060a564eabf6555b9
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3408-4105

מיטוואך, ערב ראש־חודש אלול, האט מען אויסגערופֿן אין שטאט אין נאמען פון הרב הגאון ר׳ יצחק אלחנן ספעקטאר פון קאוונא — א פאסט־טאג. א טאג פריער נאכמיטאג זענען אלע געשעפטן געווען פארמאכט. די ארבעטער האבן געווארפן זייער ארבעט און די גאנצע באפעלקערונג, אלט און יונג, קינדער און פרויען, האבן זיך פארזאמלט אין די גרויסע שול. נאך מנחה דאוונען איז ארויף, אויפן בעלמער דער באקאנטער דרשן ר׳ חיים רומשיסקער, וואס איז געקומען אהער צו דרשענען פאר אונז, און האט געדראשנט "מענינא דיומא". דערנאך האט ער געעפענט דעם ארון־קודש און געבעטן גאט ער זאל זיך מרחם זיין אויפן יידישן פאלק און נישט לאזן זיי טוען קיין

passage_a856734e41863a0df7150e2b