Original scan
Original memorial-book scan 229
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-969

מ. הכהן סיני סאקאלקע פון מיין יוגנט צייט ווען אין מיינע יינגלשע יארן פאר מיין ארויספארן אהער קיין ארגענטינא, איז מיר ביי פארשידענע גע־ לעגנהייטן אויסגעקומען צו באזוכן אייניקע פון די דאזיקע שטעטלעך, ווי: אדעלסק, דובראווע, זאבלו־ דאווע, לונע, סאקאלקע, סקידעל, קוזניצע, קריניק, האב איך דארט אין כמעט יעדער שטוב געזען שטיין אויבן אן א ספרים־שראנק, פון וועלכן ס׳האט ארויס־ געבליאסקעט א ש״ם גמרות מיט די גילדערנע אויפ־ שריפטן אויף די געבלימלטע לעדערנע רוקנס. אין א סך שטיבער האב איך אויך אנגעטראפן אנגעפולטע פאליצעס מיט העברעאישע און יידישע ביכער און אפילו פרעמדשפראכיקע, וואס זייער אינהאלט האט קיין שייכות נישט געהאט מיט אמונה און מוסר, נאר מיט ליטעראטור און וויסנשאפט. אין אייניקע פון די דארטיקע שטיבער האב איך אפילו ביי דער שאפע מיט די גמרות געזען שטיין א שטענדער און דאס האט געגעבן דער שטוב דעם אויס־ זען ווי פון א קליינעם בית־מדרשל.

passage_5e8ba857e659635ed1038566
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 971-1855

ווען כ׳האבדארטגעעפנטאטיראיןאיידישער שטוב,אפילו איןדי אפגעלעגענסטע ארימע געסלעך ארוסשול,אדער להבדי לארוסבאד,דארטוווס׳האט געוווינטדער המון,שניידערס־טאנדעטניקעם,שוס־ טערס־לאטוטניקעס,האבןאוי ר ביי זיי פוןדי ווענט אראפגעשיינ ט ד־צורות פון משה און אהרן, משה רבינו מיטן צעשטראלטן שטערן, מיטדי לוחות אין דער לינקער האנט און מיטן שטעקן, מיט וועלכן ער האט דעם ים־סוף געשפאלטן אין דער רעכטער האנט; *פון "גראדנער אפקלאנגען", חשוון, תשט״ז, בואגוס־ איירס. און אהרן הכהן מיטדי אורים־ותומים אויף זיין ברוסט און מיטן הייליקן פייערפאן פון וועלכן ס׳רויכערט דער קטורת אין דער האנט. דערביי איז געהאגגען זיצנדיק אין טלית און תפילין דער ווילנער גאון; מיט דער לינקער האנט האלט ער א ספר און אין דער רעכטער האנט — א גענדזענע פעדער און שרייבט אויף פאר־ מעט.

passage_bad185cc3d5d2c2256cb1a8e
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1857-3170

אין אנדערע פון די דארטיקע יידישע שטיבער זענען געווען די ווענט באצירט מיט בילדער פון די גאוני וגדולי ישראל; א גרויס בילד צונויפגעשטעלט פון רונדער, אין רעמלעך איינגעפאסטע בילדער פון 39 יידי־ שע גאונים און גדולים מיטן בילד פון רמב״ם אין דערמיט. אויך איז געווען צו זען געמעלעכצן היסטא־ רישע, ווי דער "נס חנוכה", אין וועלכן מתתיהו דער כהן־גדול גיסט אן פון א פארחתמטן קריגעלע הייליקן ביימל אין די רער פון די מנורה, און ארום אים שטייען די חשמונאים מיט שפיזן אין די הענט... אדער די בילד פון "אחשורוש און אסתר"; צו גאר די בילד פון דער "שפאנישער אינקוויזיציע" ווי מ׳זעט ווי א ייד ווערט פארברענט אויפן פייער פון דער "אוי־טא־ דע־פע״... ווידער איז געווען צו זען אין א סך יידישע שיטיבער הענגען ס׳בילד פון משה מאנטעפיארע אין זיין אריסטאקראטישן אויסזען. אויף די ווענט פון א טדי יידישע שטיבער אין די ליטווישע שטעטלעך פון גראדנער גובערניע, וועלכע זענען א גאנץ יאר, פון ערב פסח ביז ערב פסח, געווען פארצויגן מיט שפין־געוועבס און מיט מרה־שחורה, געווען פארשווארצט און פארחושכט, אזוי אז יעדע וואנט איז געווען אין גאנצן איין גרויסער "זכר לחורבן", איז אויף אט די ווענט זענען די דערמאנטע יידישע פאפולערע בילדער דאך אויסגעזען ווי פאלמען אין

passage_95547993bba298d3eb143194