435 מ. הכהן סיני 436 א מדבר... ס׳אומעטיקע ייִדישע אויג, וואס האט נאר ארויסזיד געזען אינעם פינצטערן ייִדנפיינטלעכן רוס־ לאגנדצרות און פיין, עלנט און נויט, האט זיך פשוט דערקוויטקט און באקומען טרייסט און האפענונג אנקוקנדיק די דאזיקע בילדער פון אונדזער גרויסער ייִדישער פארגאנגענהייט. ייִדישע קינדער האבן שוין אין זייער פריסטער יוגנט איינגעזאפט אין זייערע בליקן דעם הייליקן שיין, וואס האט אראפגעשיינט פון די בילדער צוזאמען מיטן ייִדישן אומעט און ייִדישן שטאלץ, און א זוימען איז פארווארפן געווארן אין זייערע יונגע הערצער און דארט געיערט טיף אלע זייערע יארן. מהאיטעמא האבן עמ אט די אלע שטעטלעך פון גראדנער גובערגיע דאך ארויסגעגעבן אין א גרויסער צאל אינטעליגענטע מענטשן, ייִדן לומדים, ייִדן משכי־ לים, שרייבער דיכטער, קינסטלער, וויסנשאפטלער און אזוי געבילדעטע יינגעלייט, און ווידער די גרויסע צאל חלוצים און חלוצות, וואס זיי האבן ארויסגעגעבן פארן ווידעראויפבוי פון אונדזער ארץ־אבות. יא! ארעם ביז גאר זענען געווען אונדזערע ליטווישע ייִדן אין די קליינע שטעטלעך דארט אין גראדנער גובערניע, אבער געווען זענען זיי דערפאר שטארק רייך גייסטיק — גייסטיקע ריזן זענען זיי מערסטנטייל געווען, מיט אידעאליזם, מיט ענטוזיאזם און מיט א
ווונדערבארע ענערגיע פאר פארצוזעצן דעם המשך און קיום פון אונזער אומה . ווי די שטאט גראדנא גופא , וואס פאר איר יידישקייט איז די באטיטלט געווארן אלם "עיר ואם בישראל" , און ווי די אנדערע שטעט אין איר גובערניע , וואס אויך זיי זענען געווען פול מיט יידישקייט — אזוי האבן אויך די אלע קליינע שטעטלעך דאד אפגעהיט דורך זייער לעבב־ סארט און לעבנספארמען דעם עכטן יידישן פרצוף ; און וואס קלענער ס׳איז דער ישוב געווען , אלץ שאר־ פער און דייטלעכער זענען געווען די שטריכן פון דעם אייגנארטיקן יידישן גייסטיקן פנים און אלץ איינדרוקס־ פולער די אלטע יידיש־רעליגיעזע און יידיש־קולטו־ רעלע וועלטן . די אלע באטרעפנדיקע שטעטלעך זענען פול געווען מיט יידישע געזיכטער סודות פולע ווי אלע פארמעטן , באשטראלטע פון שיין פון ווייטע וועלטן — פון די עולמות העליונים . געזיכטער צעאקערטע פון שרעק , פון פיין , פון אלער־ ליי צרות און יסורים , אבער פארזייט מיט אמונה , מיט בטחון , מיט שטאלץ און מיט האפענונג . האט זיך דאס אט־אזוי־אנגעצויגן דורות נאד דורות , גאנצע יארהונדערטער לאנג , ביז... ביז דער ברוד איז געשען .