Original scan
Original memorial-book scan 233
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1446

441 דער גאון און צדיק ר׳ יאסעלע זצ״ל 442 ער האט צער דערפין. אבער נישט פון דעם זיפצט דער רב. ער ווייסט: "די נשמה בענקט שוין צום הימל און דעם איינגעהויקערטנ קערפער ציט צו דער ערד".. . נישט צוליב דעם זיפצט דער אלטער רב, ניין. "ס׳גייט אז א יום־טוב. דער כשרער פסח קומט, און דער אלטער גראף, דער באלעבאס פון שטעטל, טשעפעט זיך און יידן זענען אין זיין רשות". עס צאנקט דאס לעמפל. לויפן ארום שאטנס פון צער, שאטנס פון פיין; מורמלען די ליפן: "גאט פון אונזערע עלטערן, נעם צו מיין געבעט, מאך ווייכער דעם גראפם הארץ און זיין בייזקייט צעברעך". עס שלאפט נישט דער רב. עם רוישט דער וואלד. א ווינטל לויפט ארום אין דער נאכט און באקומט ארויס זיפצן שטילע, זיפצן טיפע.. . ראם זיפצט דער רב. באלד דעם ערשטן טאג פסח אינדערפרי זענען אריינ־געלאפן יידן צו ר׳ יאסעלען: — רבי. גויים האבן חמץ׳דיק געמאכט אלע ברינעמער פון שטעטל. נישט א וואם צו טרינקען. האט ר׳ יאסעלע א גלעט געטאן די בארד: — מילא. מסתמא א נסיון פון גאט. גייט שעפט אויס אייערע ברינעמער. זעגן געשטאנען די מאנסבילן א גאנצן יום־טובדיקן טאג און אויסגעשעפט די קוואליקע ברינעמער. אויף מארגן אינדערפרי ווידער א בהלה אין שטעטל. די ברינעמער זענען ווידער חמץ׳דיק — פול אנגעשאטענעם האבער און גערשטן. . . — רבי. אן אומגליק. די ברינעמער זענען ווידער חמץ׳דיק.. . קנייטשט זיך דאס פנים פון צער:

passage_8690538d7eab982040d3f349
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1448-2835

— יידן. שעפט אויס. און אזוי טאג נאך טאג. א גאנצן יום־טוב. און יעדן טאג לויפט מען צום רב: — רבי. העלפט. שוין נישט א קיין כוחות צו שעפן. שוין גישט א ווער עס זאל שעפן. מיר האבן זיך שוין אלע קראנק געמאכט. מיר האבן נאך פון יום־טוב נישט פארזוכט. און א טאג פאר אחרון של פסח, ווען מען איז געקומען צו לויפן ווייטער מיט דער בייזער בשורה, האט זיך ר׳ יאסעלע אין אויפרעגונג א הייב געטאן און מיט צער ארויסגעזאגט: — רבונו של עולם. וואס ווילן זיי פון אונדז? א פאר־ שטערטער יום־טוב... מער האט ער גארנישט געזאגט, נאר געהייסן מען זאל שעפן. מען מוז אויסשעפן, ביזן גרונט. און פלוצלינג, אין מיטן דער נאכט, האבן זיך דער־ הערט שרעקלעכע קולות פון די גוישע גאסן. אין קלויסטער האבן ווילד אנגעהויבן א געביל די גלעקער. א רויטקייט האט זיך א שפא ר געטאן צום הימל און באלד האט עס אנגעהויבן ווערן העלער און שרעק־ לעכער. מאדנע אנגעטוענע מענטשן שפרינגען מיטאמאל פון דער פינצטערניש אין דער העלקייט אריין; האלב־ נאקעטע לויפן מיט צעקרימטע פנימער; מיט צעשרא־ קענע אויגן אין דער פינצטערניש אריין. ווייט צעטראגט זיך און שפארט זיך מיטן פייער צום הימל דאס געשריי פון מענטשן, א געוויין פון קינדער, א בלעקן פון שאף און דאס ראווען פון בהמות; אין א ווילדן גאלאפ טראגן זיך ארום פערד מיט שפרינגעג־ דיקע הינטן אויף זיי.

passage_6eb23c4de09ce10b638a4ad5
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2837-3415

און פלוצלינג האט זיך די גאנצע פארצווייפלונג אנגעהאנגען אין איין ווארט: — וואסער. און באלד האט זי זיך געטראגן צום הימל צוזאמען מיט די פלאמען: — ראטעוועט, וואסער. גויים לויפן, יידן לויפן. ראטעוועט, וואסער. די ברינעמער זענען אויסגעשעפט, קוים־קזים אויפן גרונט, און דאס צעבושעוועטע פייער פארפלייצט, פארפלייצט דאס שטעטל. שפרינגט איבער דער פלאם פון שטרויענעם דאד צו שטרויענעם דאך, טרייבט פאר זיך אומرحמנות׳־ דיק די נאכט, און ביי יעדן שטרויענעם דאד הייבט זיך אויף, אופדאסניי דאס ווילדע געשריי: — א, א, א •

passage_ce84ce7c0b0734cfeb531931