Original scan
Original memorial-book scan 234
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1406

443 מ. ש. גשור י 444 פארלארן האבן זיי די גויים; נאריידן לויפן נאד אדום, ברענגען זייער אפגעשפארט וואסער פון די הייזער. אבער וואס קען עס העלפן? און דער הימל ווערט אלץ העלער און שרעקלעכער. און פלוצלינג איז דורכגעלאפן דאס ווארט: — דאווין. האט עס אייד געזאגט? האט עס א גוי געזאגט? מען ווייס נישט. נאר באלד האבן אלע געאיילט, געש־ ריגן: דעם רב אהער, ר׳ יאםעלן אהער... פון חצות, אין קיטל און אין טלית האט מען אים געבראכט צו דער שריפה. האט ער א רוף געטאן: — יידן, קומט אהער. האבן אים אלע ארומגערינגלט. האט ער געבעטן: — רבותי. ווער עס האט נקמה אין הארצן זאל אזא מחשבה אוועקטרייבן און זאלן מיר צוזאמען בעטן, אז דער אייבערשטער זאל ראטעווען דאס שטעטל. ר׳ יאםעלע האט זיך אוועקגעשטעלט קעגן פייער און תפילה געטאן בלחש, קוים־קוים וואם זיינע גרייז־ גרוי ע בארד האט זיך באוועגט... און די יידן האבן נאכדעם דערציילט: — א נס איז געשען. אונטער דעם רב׳ם רואיקן קוק איז דאס פייער געווארן רואיקער, שטילער און שטילער ביז מען האט אים אינגאנצן פארלאשן. און די שול שטייט נאך ביז היינט. א הילצערנע, א אלטע, דערהייבט זי זיך פון דער טיפעניש, פון מיטן זאמדיקן טאל איבער אלע דעכער פון שטעטעל. א געצאצקעטע, א געשניצטע טורעמט זי זיך הויד אין הימל. דער שפיציקער דאך מיט טורעמלעך, מיט שטיבעלעך, מיט מגן־דוד פענצטערלעך.

passage_dc96cfc534a818b9334b0a9d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1408-2486

אין די אלטע, גרויע, אש־קאלירטע ווענט, זענען דורכגעבויערט עפענונגען, דורד וואנען פייגעלעך פליען פראנק און פריי אריין און ארויס און נעמען מיט די קינדערשע תפילות אין הימל אריין. אין דער אלטער שול, אין א ווינקל, אין א גרויסער הילצערנער לאמטערנע ברענט א נר־תמיד. ר׳ יאםעלעם פאטאגראפיע אין טלית האט מען גע־ מאכט ווען ער איז שוין געווען אויפן טויטן־בעט. אויפן בילד שטייט אנגעדרוקט: "תוא ר פני הרב מוה״ג וכו׳ צנא מלא ספרא צדי ק מפורסם מעכיר ע ל מדותיו מוה״ר יוסף שליט״א אכ״ד דק״ק זגלידאוו; זה שלושים שנה שהיה מקודם רב כסאקאלקא וכהורודנא באתון וככרעזין, כשנת וזאת הכרכה כשלישי לחודש אדר ראשון". ווייל ר׳ יאםעלע איז עלטער געווארן, זענען אנגעש־ טאנען יונגע למדנים, וואס האבן געזוכט צו רעפארמירן דאס שטעטל און האבן אנגעהויבן א קאמפאניע קעגן ר׳ יאםעלען, ווי דער שטייגער איז שוין פון יונגע קעגן אן אלטן רב ■ דער פשוטער עולם איז אבער שטענדיק ארויס קעגן די קעגנערם. מען פלעגט זי באטען קלעפ. מען האט געקעמפט אין שטעטל פארן צדיק ר׳ יאםעלע.

passage_e754b9fb39c83ac195188855