Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 237
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1051

משה מישקינסקי מיינע זכרונות וועגן סאקאלקע משה מישקינסקי הגם איך בין שוין אין אונדזער הייליג־היסטארישע פאטערלאנד מער ווי א׳האלבן יובל יארן, דאך איז מיר די שטאט סאקאלקע, פאר די יארן וואס איך האב איר דערקענט און געקענט, דורך מיין טייערע לעבנסבגלייטערקע אסתר (אלטקי) תחי׳, פון דער היים שטיין, אזוי איינגעקריצט און פריש אין מיין זכרון און געדאגקען, אז אזוי ווי איך וואלט אקארשט געקוקט אויף איהר. דאס זויבערע, יידיש־אידילשע, אייגנארטיגע שטעטעלע סאקאלקע, מיטן ברייטן מארק אין דער מיטן, מיט אירע ארומיקע ריינע גאסן און געסלאך, שיינע אלטע און נייע בתי־מדרשים און שולן, קלויזן און "חדרים", שולעס און אנשטאלטן, שקאלעס און קלייסטערם, פאבריקן, קראמען און ווארשטאטן. ווי אלע שטעט און שטעטלאך אין דער פאר מלחמה׳דיגער פוילן און מיט קליינע אונטערשידן אין די אייראפייאישע לענדער בכלל, בעזאנדערס פון מזרח אייראפע, איז זי געווען דאס ישטעטעלע סאקאלקע מלאה וגדושה מיט יידן לומדים און משכילים, מיט יידישע דאקטוירים,

passage_eebb0fedf792e77ae87fc4fa
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1053-2293

אפטייקערס און אדוואקאטן, פאבריקאנטן און סוחרים, קרעמערס און הענדלער, בעלי מלאכה און ארבייטער, אבעדייטנדע לערענדע און שטודירנדע יוגנט, וואס זיינען, ווי געוויינליך, געווען קאנצענטרירט און אר־ גאניזירט אין פארשידענע ציוניסטישע ווי אויך אין ניט ציוניסטישע ארגאניזאציעס, פארטייען און פאראיינען. די פון דורות־לאנגע איינגעווארצלטע יידישע באפעל־ קערונג אין סאקאלקע איז געווען דער דינאמישער כוח, די איניציאטארן און גרינדער, שעפער, בויער און ענט־ וויקלער פון דעם ארטיגן מסחר׳ אינדוסטרי און האנט־ ווערקערשאפט. סאקאלקע איז באזונדערס באוויסט געווען מיט אירע לעדער פאבריקן. מיין שווער ר׳ גמליאל שטיין הי״ד, אגעבארענער ביי דער לעדער בראנזשע, פון דורות לעדערפאבריקאנטן, איז געווען א פאכמאן און א טיכ־ טיגער סוחר, נעים־הליכות וישר־דרך. די פאמיליע שטיין, איז געווען פון די פיאנער פון דער לעדער־ פאבריקאציע אין פוילן און איז אויך בעקאנ ט געווען אויסער אירע גרעניצן אט דאס שטילע, פול מיט זאג־ פטיגן יידישן חן שטעטעלע, די זייט יאר־הונדערטע, פארצווייגטע, אונפארגעסליכע שטעטעלע סאקאלקע איז אויך אויף אזא גרויזאם־אכזריות׳דיגן אופן דורך דעם היטלער־מבול — די נאצישע רוצחים ישו״ז פארטיליגט און אומגעבראכט געווארן.

passage_50e2959dcd246c5cc9f7f03e
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2295-2623

איך דערמאַן זאַך מײַן לעצטן באַזוך אין סאַקאַלקע פֿאַר מײַן אַבפֿאַרן קיין ארץ־ישראל — דער געזעגענונגס־ באַזוך בײַ מײַגע פֿארעהרטע שוויגער־עלטערן, אין רחבת׳דיגן הויז פֿון מײַן שווערן ר׳ גמליאל שטיין ז״ל. דאָס איז געווען אַ טיפּיש הויז פֿון אַמאָליקן ייִדישן פֿאַבריקאַנט: אַ לאַנגע פֿיל־צימערדיקע הויז, מעבלירט

passage_49485db30bf643f2c6b0273d