Original scan
Original memorial-book scan 239
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1072

453 מיינען זכרונות וועגן םאקאדילו 454 איבער א מיליאן אומשולדיקע קינדער אין פארשידענע עלטערן, פארן איין־און־איינציקן חטא נאר׳ ווייל זיי זענען געווען יידן. גדול כים שברך ומי ירפא ל ד!!! אומגעבראכט און פארטיליקט, אויף אזא שרעקליכן, הימל־שרייענדן אופן, א דריטל פון יידישן פאלק. דאס יידישע פאלק, וואס האט דער וועלט א קולטור און גלויבן געגעבן, די יידישע בעגאבונג און פעאיקייטן, איניציאטיוו און ענערגיע, וועלכע האט געשאפן און ענטוויקלט דעם אלוועלטליכן האנדל און אינדוסטרי, האט גערייכערט ניט נאר דעם עקאנאמיש־פינאנציעלן לעבן פון דעם ערדקוגל, נאר אויך דעם סאציאל־הומא־ ניטארן, וויסנשאפטליך־קולטורעלן, און האט בייגעש־ טייערט א זייער בעדייטנדע בייישטייערונג דער אל־ וועלטליכער ליטעראטור, מאראל און קונסט. דיינקענ־ דיג און פארטיפענדיק זאך וועגן דעם אלעס, רייסט זאד, ניט וועלנדיג׳ ארויס פון די טיפענישן פון דער נשמה די באוווסט פראגע מיט א אויסגעשריי: ז ו תורה וז ו שכרה י??!!!. מיין פאטער הרב ר׳ אליעזר זאב הי״ד ב״ר אברהם מישקינסקי זצ״ל

passage_e3da9709957944b40a587f74
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1074-2140

פאר ד י 20 יאר צייט, זייט דער שרעקלעכער בלוט־ באַד — די צווייטע וועלט מלחמה איז פארענדיגט גע־ ווארן זינען מיר, לאסוננו הגדול, בערייכערט געווארן מיט א גרויסע, אייגנארטיגע ליטעראטור פון איבער־ מענשליכע ליידן און פיין, ענויים און יסורים, וואס האט ניט קיין גלייכן אין דער מענשליכער געשיכטע, און וועלכע ס די מענשליכע שפראך איז ניט אין שטאנד דאס אלעס איבערצוגעבן. און הגם די גענאנטע ליטערא־ טור באשטייט שוין פון פיל הונדערטער ביכער און פערשידענע שפראכן, איז דאס אבער אלעס נאר ווי א טראפן אין ים לגבי דער ווירקליכער אכזריות, באר־ באריזם און גרויזאם־גרויליכע מיטלן און אפנים מיט וועלכע דאס דייטשישע פארברעכעריש־מערדערליכע פאלק ישו״ז האט זיך באנוצט ביים פארטיליגן און אומ־ בריינגען 6 מיליאן פון אייראפייאישן יידנטום — אונ־ דזערע טייערסטע און אויף אייביג אונפארגעסליכע. אונפארגעסליך וועלן אונז אויך פארבלייבן די ווונשן און ברכות פון מיינע טייערע, הייסבעליבטע עלטערן מיין מוטער די צדקנית בת־שבע נ״ע בת ר׳ עזריאל זליג קיבארטסקי זצ״ל

passage_8f72eba206b68abb495d138a