בן־ציון חסיד מיין סאקאלקע אין חדר פון אברהם איטצע דער מלמד האט מען מיר געבראכט איינגעוויקלט אין א טלית, ווייל ביי מיין טאטען אייזיק דער צעסלער און שאשקע די שייטל־מאכערקע האבן זיך די קינדער געהאדעוועט זייער שווער. פון 9 קינדער, וואס מיין מוטער האט געבוירן זענען געבליבן צוויי און א לאנגע צייט בין איך געגאנגען מיט א קאל־ ציק (אוירינגל) אויפן אויער, ווייל מיין פאטער האט געבעט א סגולה ביים רבין און דער סלאנימער רבי האט געהייסן א נאמען געבן דעם קינד וועלכס וועט געבוירן ווערן בן־ציון, און אנטאן א "קאלציק" און ער זאל אים טראגן אזוי לאנג ביז ער וועט פארשטיין, אז ער דארף זיך שעמען מיט אים. ערשט ווען איך בין געפארן מיטן טאטען צוגאסן קיין גראדנע אויף דאוונען אין שול האבן די קינדער אנגעהויבן ווייזן אויף מיר מיט זייערע פינגער, האב איך זיך פארשעמט און געבעטן מען זאל מיר אויסטון דעם קאלציק.
שפעטער האב איך געלערנט אין די חדרים פון דעם קוזניצער מלמד, שפעטע ר ביי ם דרעצענען מלמד, דאן ביי יוסף חיים דעם מלמד, דערנאך ביי ם שטאבינער און צום סוף אין דער גרויסער וועלט־מלחמה האט ר׳ שמשון קאצענעלנבויגן געעפנט א ישיבה אין קארלינער שטיבל. אלגעמיינע בילדונג האב איך געלערנט ביי פישל קראפ־ ציק. זומער פלעגן מיר זיך גיין באדן אין קורילע און דערביי פלעגן מיר פארקירצן דעם וועג און גיין דורך א סטעזשקע צווישן די זאנגען. אזוי ווי מיין פאטער איז געווען א טשעסלער האב איך געהאט גענוג געצייג אויף צו מאכן א גוטן שליטעלע. איך פלעג זיך זעצן אויפן שליטל לעבן דעם שישקיער און איך פלעג אראפפארן דעם בארג, דורכפירן דעם גוי שורשיק און דער שליטל פלעגט בלייבן שטיין ביז דער תלמוד־תורה. ווען די סאקאלקער טייכן ווערן פארפרוירן פלעג איך זיך גיין גליטשן אויף לישבעס מיט יצחק פורמאן לעבן קריש־ צונעס קאפאלנעס. איינמאל האט מיר פאסירט א צופאל. אזוי ווי איך האב נישט געוואלט, אז מיינע עלטערן זאלן וויסן אז איך פאר אויף לישבעס, פלעג איך זי באהאלטן אין דער הויכ אויפן בופעט. איינמאל קומענדיק פון ספארט און וועלנדיג ארויפלייגן די לישבעס אויפן בופעט בין איך אראפגעפאלן און דער אויבערשטער טייל פון בופעט איז געפלויגן מיט מיר צוזאמען. עס האט גע־ דויערט זייער לאנג איידער איך בין געזונט געווארן.
דאווענען פלעג איך גיין אין קארלינער שטיבל צוזא־ מען מיטן טאטען. און נאך היינט באווונדער איך טייל־ מאל, ווי אזוי ס׳איז נישט אויסגעבראכן קיין שריפה קיינמאל אין יום־כיפור אין שטיבל, כאטש דער גאנצער פאל איז געווען אויסגעשפרייט מיט שטרוי (מען זאל קענען זיצן א גאנצע נאכט) און ארום האבן געברענט הונדערטער נשמה־ליכט. אין קארלינער שטיבל שמחת תורה האט מען געטאנצט צוויי טעג מיט צוויי נעכט. אין קארלינער שטיבל האט זיך געפונען א פרוש, וועל־ כער איז געזעסן יום ולילה און געלערנט. צו אים פלעגן מיר קינדער מורא האבן צוצוגיין. זיינע גאנצע יארן איז ער געשלאפן אין קארלינער שטיבל. אין סאקאלקע האבן זיך געפונען מענטשן, וואס האבן געארבעט פארן ציוניזם און געווען הייסע פייערדיקע ציוניסטן. עס האבן זיך אויך געפונען פשוטע מענשן, בעלי־מלאכות, וואס זיי האבן געטראכט וועגן ארץ־ ישראל און אפגעלאזט זייער ארבעט און געפערן מיט זייערע נאנטע קיין ארץ־ישראל. אסאך פשוטע אידן זענען געפערן קיין ארץ־ישראל און צוריקגעקומען. זיי האבן אלעמען געזאגט, אז ס׳איז דא א פלאץ אויף דער וועלט ווו עס קען זיין גוט פאר