Original scan
Original memorial-book scan 242
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1110

459 כן־ציון חסיד 460 יידן — ארץ־ישראל. מײַן פאַטע ר איז געווען אין 1913 אין ארץ־ישראל און ער איז געקומען צוריק פון דארטן. האט ער געזאגט צו מײַן מוטער אפילו נאר ברויט מיט וואסער צו עסן אויב צו זיין אין ארץ־ישראל און מען האט גלייך גענומען פארקויפן די שטוב און די זאכן כדי צו פארן קיין ארץ־ישראל, איז אבער אויסגעבראכן די ערשטע וועלט־מלחמה אין 1914 און אלע פלענע ר צעשטערט. אין 1914 ווען די מלחמה איז אויסגעבראכן האט מען פארגרעסערט דעם סאקאלקער 42־טן פאלק און ווען דער פאלק איז ארויסגעגאנגען אויפן פראנט האט מען זיי באגלייט מיט א ספר תורה. איך געדענק איינמאל זונטיק זענען געקומען שכורע גויים און געשריען, אז מען דארף אויסהרגענען די ייִדן, איז מײַן פעטע ר שמואל, מײַן מאמע ס ברודער ארויסגעלאפן מיט א שטעקן און זיי געשלאגן מכות־רצח. איך געדענק ווי איינע א מיידל האט זיך געשמדט איז מײַן פעטע ר געליגן א סך נעכט מיט נאך חבר ה לעבן קלויסטער און געוואלט ארויסגנ־ בענען די מיידל, אבער זי איז די זאך נישט געלונגען. אין דער ערשטער וועלט־מלחמה איז די לאגע אין שטע־

passage_48c0f9375d66ddacaa50106b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1112-2248

טא געוועלט זענען נישט קיין גוטע, ווייל א גרוסער טייל פון סאקאלקע האבן געלעבט פון די לעדער פאבריקען און דאס האט זיך אפגעשטעלט. האבן רוסישע גענעראלן באשטימט, אז מען דארף האבן אין קורילע א שטארקן בריק, כדי די ארמיי זאל קענען פירן שווערע הארמאטן, האט מיין פאטער איבערגענומען די הנהלה אויפן אויסבויען דעם בריק. ווער פון די סאקאלקער ס׳איז געקומען בעטן מיין פאטער ער זאל אים צונעמען צו דער ארבעט האט ער אים געזאגט: "קויף א האק און קום מארגן צו דער ארבעט". מען האט אזוי לאנג געבויט דעם בריק, ביז ווען די דייטשן האבן זיך דערנענטערט צו סאקאלקע און די רוסן זענען אפגעטרעטן. זיי האבן אונטערגעצונדן דעם בריק, אבער ער איז נישט פארברענט געווארן. די לעצטע נאכט, איידער די דייטשן זענען אריין, זענען מיר אלע געווען אין דער גרויסער שול. ביים דייטש איז קיין פרנסה ווייטער נישט געווען. קינדער זענען געגאנגען אויף די שאסייען האקן שטיינער פון קוביק־מעטער. דער פארדינסט איז געווען זייער א קליינער. מיין פאטער האט באקומען ארבעט ביי די דייטשן בויען א וואסער־טורעם אויפן באן־סטאציע.

passage_e29c20be7375dea27a6c83ad
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2250-3364

מיין פאטערס ברודער יודל חסיד פון גראדנע האט אויסגעלערנט מיין טאטן מאכן בראנפן, האט פאר אונז געמאכט אלע קעסלען, ביי אונז אין שטוב האט דער פאטער פארמאכט די ווענט מען זאל אזוי גיך נישט קענען כאפן די געהיימע ברייזל, מיין מוטער פלעגט טראגן פארקויפן דעם בראנפן אין די שיינקען. איין מאל איז ארויף צו אונז אין שטוב א דייטש, פריטץ, ער האט געכאפט א גאנשיאר מיט בראנפן און אים אוועק־געטראגן אין דער פאליציי. מיין פאטער איז געגאנגען איבערצוטוישן דעם גאנשיאר מיט בראנפן אויף א גאנשיאר מיט סאק און ביים משפט האבן זיי זיך אלע געחידושט, ווי קען א גאנשיאר מיט בראנפן ווערן סאק. מען האט געמיינט, אז מען האט פשוט געמאכט א כישוף. דערנאך האבן מיר א פאר מאל געטוישט דעם ארט פון אויסארבעטן דעם בראנפן. שפעטער האבן מיר געמאכט שותפות מיט אלטער דעם קאטלער ליפשיץ און אין בוכוועלאווער וואלד אויסגעגראבן א גרוב און אויס־געבויט קוימען און געארבעט א לאנגע צייט ביז דייטשע זשאנדארן האבן געכאפט דעם טאטן מיט א וועגעלע פארענדיק קײן ארץ־ישראל א ויזיט אין ווין ביים קבר פון ד״ר הערצל

passage_ab8e0d7d7b603c387c10cd1b