461 מיין סאקאלקע 462 פול בראנפן און געצווונגען די פאראבקע ס (גוישע שקצים) וועלכע האבן געארבעט אין ברייזל אויסגעבן דאס אָרט. נאכדעם ווי די פאלאקן האבן זיך באזעצט האבן זיי גע־ מאכט א רעוויזיע ביי אונדז אין שטוב און געפונען בראנפן. זיי האבן געהייסן מיר נעמען דעם בראנפן און גיין מיט זיי אין דער פאליציי. די שרעק אין שטוב איז געווען זייער גרויס, ווייל די פאלאקן האבן אין דער צייט פון זייער קומען קיין סאקאלקע געשאסן א פאר יידן. ווען די פאלאקן האבן ארויסגעגעבן א באפעל, אז די יוגנט זאל זיך שטעלן צום מיליטער האט מען מיר געמאכט א קראנק אין פוס און אזוי אדום מיך באפרייט פון מיליטער־דינסט. איך בין אוועק קיין גראדנע, ווו מען האט מיד נישט געקענט און דארט געלעבט א צייט. ווען עס האט זיך אביסל בארואיקט בין איך צוריקגע־
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-838
passage_5395f2c2b6f538cfb612c25d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 840-1681
קומער אהיים. דא האט מיד די פוילישע פאליציי געכאפט און איינגעזעצט אין תפיסה. דארט האב איך איבערגע־ לעבט א ביסל שרעק. ווען פוילישע ארעסטאנטן, גנבים און רוצחים האבן געמאכט אן אויפשטאנד, געבונדן די תפיסה־וועכטער, די קלוטשניקעס, און אנטלאפן. נאד צוויי חדשים זיצן האט מען אונז מאביליזירט, אנגעטאן פוילישע מיליטערישע מונדירן און געוואלט שיקן אויפן פראנט. לויט מיין מוטערס עצה האב איך זיך איבערגע־ טאן אין ציווילע קליידער און אנטלאפן. צופוס און פא־ רנדיק בין איך אנגעקומען קיין ליטע. אינצווישן זענען די באלשעוויקעס אפגעטרעטן און די פאלאקן האבן צוריק באזעצט גראדנע, סאקאלקע און דעם גאנצן וויל־ נער קרייז. איך בין אריינגעטראטן אין חלוץ. איינער פון די ערשטע 6 סאקאלקער חלוצים, אפגעפארן פון גראדנע אין חודש נאוועמבער 1921 קיין ארץ־ישראל.
passage_2876a1ec656af6486796f223