Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 251
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-51

משה׳ל קרעמער (בראזיל) סאקאלקע פון דערווייטנס

passage_2bbb7e83e7be0ec1aa5ab3eb
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 53-1761

ס׳לויפן פארביי מיר דעראינערונגען פון אונדזער אמא־ ליקער סאקאלקע. מיי ן קינדהייט, יוגנט און רייפקייט. איך דערמאן זיך א ן סאקאלקע שול־הויף, ווו איך האב פארבראכט מיי ן קינדהייט, לערנענדיק אין די חדרים, וועלכע די מלמדים זענען געווען ישראל איצע, ר׳ מאירקע, דער דרעטשינער ר׳ יוסף חיים, דעם ניי ם בית המדרש, זיינע שיינע בעלי בתים, לומדים, חצקל מארגלית, בצלאל זאקהיים, לייזער אשקעוויטש, שמשון קאצענעלבויגן, די לעדער־פאבריקאנטן שטיין, די בוב־ ריקס ואחרון אחרון אלטער דער שמש. דער אלטער בית המדרש, ווו עס פלעגן דאווענען עמך־יידן, שער און אייזן מיט זייער אנפירער מאטעס דער שיינקער, וועלכער האט געהאט א גרויסע דעה ביים אננעמען א רב אין שטאט. די טייערע יידישע בעלי־מלאכות, ווי ראובן דער סטאליאר, אייזיק דער קירזשנער, מיישקע דער שוסטער, די גארבער, פורמאנעם, טרעגערס. די גרויסע שול ווו עס פלעגט דאווענען דער רב, די קאצ־ קער שטיבל מיט אירע פייערדיקע חסידים אהרן הערש חינסקי, דער גרויסער קנאי, חאצקל דער חסיד, משה קותיאלס, מרדכי הערמאן, פייוו ל קרעמער. אויפן זעלבן שול־הויף איז געווען די תלמוד תורה און ארעמע יינג־ לער האבן געלערנט אן געצאלט. דער הכנסת אורחים פאר די פרעמדע ארעמע לייט — דורכפארער וואלן האבן ווו צו שלאפן. דער "שולחן ערוך׳ בית מדרש אויפן אוליצקי גאס ווו עס פלעגן דאוונען שמואל סטאווא־ ראווסקי, פרידבערג, דער קאזיאנער רב, די ברידער אייזינס. די קארלינער שטיבל מיט חיים וועלווול דער לעדער־קרעמער, בונים דער קאמיסיאנער, יאשא צאליע, פייוו ל סימנער. דער פרעשטאטישער בית המדרש ווו עס פלעגן דאוונען מאני קאנטאר מיט זיינע זין, קאפע־ לושניק, אסטראגורסקי און נאר פיל שיינע נוטע יידן.

passage_f9606409daee7a448d6f7928
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1763-2404

איצט די רעליגיעזע אינסטיטוציעס, חברא קדישא מיטן גבאי מוני דער מלאד, הילפס־אינסטיטוציע "לינת־ הצדק" וואס האט אמאל מיטגעארבעט יאנקל בלומענטאל וועמען די פאליאקן האבן דערשאסן אין מיטן נאכט, די ליי־און שפארקאסע "ביינקל" וואס אידן מיט קליינע מעגלעכקייטן פלעגן קריגן הלוואות אויף קליינע צינזן און נוטע באדינגונגען. דארט האבן געארבעט משה וועל־ וויל שטיין און אלטער עפשטיין. די וועלטלעכע קולטורעלע אינסטיטוציע ליטערארישע געזעלשאפט אין דער צייט פון דער ערשטער וועלט־ מלחמה בעת דער דייטשער אקופאציע וואס׳האב מיט־ ר׳ פייבל קרמר, אסתר־באשע, יקותיאל און דבורה׳ל

passage_dec4ff2fd5911328d9ca52b5