Original scan
Original memorial-book scan 252
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1294

479 משה׳ ל קרעמער (כראזיל) 480 קרמר לייבל, פייגל, ניסן ורחל געארבעט הערשל יודאווסקי, ליפצער, גלאגאווסקי, הערשל קאצענלבויגן, קאוואלסקי, חאצקל גאלדבערג, אברהם פרידבערג און מיין ווייניקייט. ביי דער ליטע־ רארישער געזעלשאפט איז געווען א גרויסע ביבליאטעק. מען פלעגט איינארדענען פארזאמלונגען אויף פארשיי־ דענע קולטורעלע טעמעס. קעסטל־אוונטן מיט דיסקום־ יעס. אויך פלעגט מען איינלאדן רעפערענטן פון דער פרעמד. דער באוואוסטער יעקב פאט האט אפגעהאלטן א ציקל רעפעראטן. אברהם זאק, שריפטשטעלער און פובליציסט, רער יונג־פארשטארבענער טאלענטירטער פאעט לייב ניירוס פון קוזניצע. אויך פלעגט מען איינ־ אררענען קאנצערט־אוונטן און עס פלעגן אויפטרעטן ארטיגע און פרעמדע כוחות ווי רער באוואוסטער אפערע־ זינגער פון פעטערבורגער קייזערלעכן טעאטער וויגא־ גראראוו. רעמאלט האט זיך געגרינדעט א דראמאטישער ליבהאבער־קרייז, וועלכער האט אויפגעפירט פארשטע־ לונגען פון יעקב גאררינס רעפערטוארא "רער יידישער קעניג ליר", "ר שחיטה", "חאשע ר יתומה" און "מירע־ לע אפרת", "נאט, מענטש און טייוול", "די נבלה" פון פרץ הירשביין און נאך אנדערע. ר י עקאנאמישע לאגע פון דער מערהייט סאקאלקער יירן איז געווען א שלעכטע. רי לערער פאבריקן אפגעש־ טעלט, רער האנרל זייער באגרענעצט, האט אבער גיים־

passage_ba4ee3fbb65e37ec797b3ada
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1296-2539

טיקיריוגנט זיך אנטוויקלט אראנקערע רווירקונג פון ריקולטורעלע אינסטיטוציעס. סאקאלקע האט ניט געהאט קיין ריפלאמירט ע אינטע־ ליגענץ אבער זי האט געהאט א פאלקס־אינטעליגענץ, א יוגנט וואס האט געלייענט, דיסקוטירט, געשטרעבט צו עפעס העכערס. נאך דער גרויסער שריפה בעת דער באלשעוויסטישער אינוואזיע, ווען דער לאקאל וו ו עס האט זיך געפונען די ליטערארישע געזעלשאפט מיט דער ביבליאטעק זענען אפגעברענט געווארן, האט זיך דאן געבילדעט דער ציוניסטישער מרכז מיט דער תרבות־שולע און די יידיש־ ע שול־ארגאניזאציע. אין אנהייב פון די צוואנציקער יארן, נאך דער באלפור־רעקלאראציע, האט די ציוניסטישע־ טישע באוועגונג מיט אירע אפצווייגונגען געווירקט אויף דער יידישער יוגנט. די לינקע פארטייען, דער עיקר דער בונד, האבן געגרינדעט פיל קולטורעלע אינסטיטוציעס, ספעציעל די יידישע שול־ארגאניזאציע, נישט קוקנדיק וואם דארט האבן אנטייל גענומען פארטייען פון פארשיי־ דענע ריכטונגען, וועלכע זענען געשטאנען אויף דער פלאטפארם פון יידיש אלס נאציאנאלע שפראך, אבער דער בונד האט דארט געשפילט די הויפט־ראל אדאנק די גרויסע קולטורעלע קרעפטן, וואס ער האט פארמאגט איו מייד צוליב דעם, וואס די מערהייט פון ארבעטער־ קלאס האט געהערט צום בונד.

passage_959482bace90fad63bb7fd4f
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2541-3203

אין יענער צייט האט אויפֿרער יידישער גאס אין סאקאלקע, ווי א עירום בישראל, זיד געבילדע ט די ריכטונגען פון די פרומע יידן, וועלכע האבן געהאט אויף משיחן. די עקאנאמישע לאגע פון די יידן אין פוילן איז סוף פון די צוואנציקער און אנהייב פון די דרייסיקער יארן געווארן וואס ווייטער ערגער. די יוגנט האט ניט געהאט קיין צוקונפט. עס האט זיך אנגעהויבן א שטאר־ קע עמיגראציע. די ציוניסטישע יוגנט איז געפארן ווער לעגאל און ווער אומלעגאל נאד ארץ־ישראל, וויסינדיג פארויס, אז רע ר וועג אין נייעם לאנד איז ניט אויס־ געטראטן מיט רויזן, אבער דער אידעאל האט איבער־ געשטארקט אלע שטרויכלונגען.

passage_bb9afb0ab285e56cce1fce38