Original scan
Original memorial-book scan 254
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-25

483 אברה ם פרידגר ג 484

passage_c2708f97ee0ad8205c703159
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 27-1393

צו יענע צייט קריסטאליזירן זיך אוי ם פאליטישע אנשויאונגען, ריכטונגען פון דער יוגנט. עס ווערט געגרינדעט דער "מרכז" ביי יצחק אייזן אין הוי ז אויף ביאליסטאקע ר גאס, אונטער דער השפעה פון די ציונים, מיט צעירי־ציון בראש. שפעטער גרינדן מיר די אזוי גערופענע "ליטערארישע געזעלשאפט", וועלכע האט גאנץ שנעל פראגרעסירט. דעם ערשטן לאקאל האבן מיר געהאט אין הויז פון שמשון סידראנסקי, שפעטער פאר ־ נעמען מיר דעם גרעסטן לאקאל אין שטאט, ביי אליוקי ם ראבינאוויץ. דא האט זיך אפגעשפילט א געראנג ל צווישן ציונים מיט יידישסטן ליפצער, זונדל חינסקי, וואיס ־ קאבסקי — יעקב גאלדשטיינס איידעם — בערקאווסקי — מאיר בובריקס איידעם פון איין זייט און פישל קאצענלבויגן, אלי גלאגאווסקי א. א. פון דער יידישיס ־ טישער זייט. ביים איינקויפן ביכער פלעגט תמי ד פאר ־ קומען א קאמף. פלעגט מען איינקויפן ביכער פון דריי שפראכן: יידיש, העברעיש און רוסיש. עס האט זיך מיט דער צייט געשאפן גאנץ גרויסע ביבליאטעק מיט פיל טויזנטער עקזעמפליארן. יעדן אוונט פלעגט דער לאקאל ווערן באזוכט פון פיל מיטגלידער. מען פלעגט לייענען די ביכער און צייטונגען. איינער פון די חשוב׳ ־ סטע באזוכער פון יענער צייט איז געווען ר׳ שמשון קאצענעלבויגן ז״ל, א איד א תלמיד־חכם, א טיפזיניקער בן־תורה, א מענטש מיט פראגרעסיווע אנשויאונגען פאר מיר איז ער געווען אחד בדורו.

passage_8c87fe1db58397372ebfb403
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1395-2638

דיליטערארישע געזעלשאפט איז פארוואנדלט געוואָרן אין אן אנגעזעענעם קולטור־צענטער וווּ עס פלעגט פארקומען רעפעראטן, דיסקוסיעס אויפן פארשיידענע טעמעס. א בדייטנדן פלאץ אין דער ארבעט פון דער ליטערארישער געזעלשאפט האט פארנומען דער אמאטארן־ קרייז פאר טעאטער־שפיל. צו ערשט האט מען געשפילט איין אקטערס, שפעטער האט מען אנגעהויבן צו שטעלן פיעסן, דראמעס. כדאי צו דערמאנען די אנטיילנעמער פון די פארשטעלונגען: עלקע קאצענלבויגן מיט איר מאן וואווע נארדווינד, מאיר שטיין (משה אהרנס זון), אברהם פרידבערג, משה קרעמער, שפרינצע קונדזינסקע (איצט אין ישראל), העטל פעקאר (איצט אין ישראל), פייגל גראבשטיין (שיי עם שוחטס טאכטער) און פיל אנדערע. פאר זיין ארויספאר קיין ביאליסטאק אין 1916 האט פישל קאצענלבויגן געגרינדעט, אדער ריכטיקער געזאגט, באניי די בונדישע ארגאניזאציע, וואס האט שוין פון פריער געפירט א טעטיקייט, פארשפרייט פראקלא־ מאציעס, אומלעגאלע צייטונגען, בראשורן, ארגאניזירט שטרייקן, ארגאניזירט די אזוי גערופענע "סכאדעקס" וווּ עס פלעגן ארויסטרעטן פארשיידענע חברים. פישל קאצענעלנבויגן איז א לענגערע צייט געזעסן אין תפיסה פאר בונדישער טעטיקייט און דארט געווארן אן אינ־ וואליד אויפן גאנצן לעבן.

passage_a81b916cb417510e6eb1d592
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2640-3643

אין יענער צייט האבן מיר אויד געגרינדעט א קינדער־ היים, א גן־ילדים מיט וועלכן עס האט אנגעפירט פערל ווילענסקי (היינט אין ישראל), פנינה קאנטאר. 1918 — 1917 — דער פראנט איז אוועק. אין רוסלאנד נעמט איבער די מאכט קערענסקי. שפעטער איז סאקאל־ קע געווען א מאנאט צייט קאמוניסטיש. אלס קאמיסאר ווערט דאן אויסגעוויילט משה דישקא. ביים אפטרעטן פון דער רויטער ארמיי באשיסן די רויטע די שטאט פון וואס עס ווערט פארברענט א גאנצע גאס יידישע הייזער און בתוכם ראבינאוויצעס מויער ווי אויך די ביבליאטעק פון דער ליטערארישער געזעלשאפט. סאקאלקע איז געווארן א פאוויאט אין מדינת פולין. מיר זעצן פאר אונדזער פארטיי־און קולטור־ארבעט. די ציוניסטן מיט ליפצערן און הערשל יודאווסקי בראש פון איין זייט, די יידישיסטן, בונדיסטן פון דער צווייטער זייט. די יידישיסטן גרינדן א שולע וועלכע עקזיסטירט בלויז 3 יאר. די העברעאישע שול "תרבות", ווי אויך די רעליגיעזע תלמוד־תורה עקזיסטירן ביזן לעצטן טאג פון חורבן.

passage_f06cb9f3060667e5644dc4f9
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 3645-4340

אין דער רעפובליק פוילן האבן מירויד דורכגעמאבט וואלן צו די שטאט־ראטן, צום פארלעמענט "סיים". דער ערשטער יידישער דעפוטאט פון אונדזער געגנט אין סיים איז געווען העשל פארבשטיין. מען האט דאן געזאגט, אז פארבשטיינען האט אריינגעפירט אין סיים אונדזער סאבן־עיר, מרדכי בונים, וועלכער האט ממש געקערט וועלטן, געהאלטן פילצאליקע רעפעראטן אין דער גאנצער ביאליסטאקער וועיעוואדסטווע. די וואלן צו די שטאט־ראט פלעגן פארקומען יעדע 4 יאר. סאקאלקע האט געהאט אומגעפער זעקס טויזנט איינוווינער, 3 טויזנט יידן און 3 טויזנט קריסטן. די לעצטע יארן האט שוין די נישט־יידישע באפעלקערונג געהאט א מערהייט. מיר האבן שוין געהאט א חזקה אז

passage_8aac21c7297db39648693b4d