Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 255
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1067

485 זכרונות וועגען םאל,אלל; ט 486 דער וויצע־בירגערמייסטער איז תמיד געווען א ייד. אין די ערשטע דריי קאדענצן זענען געווען 24 ראטמענער, 12 יידן, 12 קריסטן. די לעצטע יארן זענען געווען בלויז 16 ראטמענער פון וועלכע די יידן האבן אריינגעפירט אין שטאט־ראט 7. די נישט־יידישע באפעלקערונג — 9 ראטמענער. די ערשטע צוויי קאדענצן איז וויצע־ בירגערמייסטער געווען לייבקע קאצענעלנבויגן. די לעצטע יארן איז וויצע־בירגמייסטער געווען שלמה לאבענדיג. פון יאר 1926 ביז 1939 האב איך אמטירט אלס מיט־ גליד פון דער שטאט־פארוואלטונג, אויסגעקליבן דורך די ראטמענער. די יידישע ראטמענער און זייערע פאר־ טרעטער אין דער שטאט־פארוואלטוגג פלעגן שטיין אויף דער וואך, עס זאל נישט זיין קיין דיסקרימינאציע פון דער יידישער באפעלקערונג ביים אויפמאנען שטייער ביים ארויסגעבן ארעמקייטס־צייגענישן א. א. פאלן. מיי פלעגן אויך באקומען אויף יידישע אנשטאלטן 6 — 7 טויזנט זלאטעס א יאר. לינת־הצדק 2 טויזנט, תלמוד־ תורה 2 טויזנט, תרבות 1500, אויף א יידישער שולע פון ״צישא״ 500 זלאטעס א יאר.

passage_1b288a2fe8e89d0471c39481
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1069-2035

א שווערא פראבלעם זענען פאר אונז געווען די לעצטע עטלעכיאר 42 קרעמער וועלכע האבן געהאט זייערע געשעפטן אין די שטאטישע קראמען צוליב דער לאזונג "סוואידא סוועגא". די אויבן־דערמאנטע קראמען האבן יידן אין זייער צייט, פאר זייער געלט, אליין אויסגעבויט, נאר אויפן שטאטישן באדן נאך פאר דער רוסישער הערשאפט. ביים איבערנעמען די מאכט דורך די פאליאקן האבן אונדזערע שטאט־טאטעס, צוזאמען מיט די קרעמער, געמאכט א פאטאלן פעלער: זיי האבן אונטערגעשריבן מיטן שטאט־ראט א קאנטראקט, אז נאך 12 יאר גיין אריבער די קראמען צו דער שטאט, אלם אייגנטום. די לאגע איז געווען ערנסט. עס האט זיך אנגעהויבן א סעריע איגטערווענצן: הרב שוסטער, לייזער אשקעוויץ אלם ראש־הקהל, וואלף נארדווינד פון סוחרים־פאראיין און פון שטאטראט און איך פון מאגיסטראט, צוזאמען מיט פארשטייער פון דער שטאט ביאליסטאק פלעגן מיר פארן צום וואיעוואדע פלאץ און אנדערע אינסטיטוציעס. מיר האבן באקומען א

passage_069fb5df14b41c45ac1e9505
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2037-3075

באפרידיקנדיק תשובה, מען האט אבער דאן שוין נישט דערלויבט די קראמען צו פארקויפן. פאר דער פאמיליע קונסט האט מען דאן געפועל ט זי זאלן קענען פארקויפן די קראם, כדי צו עמיגרירן. כדאי אונטערצושטרייכן, אז סאקאלקע האט געהאט וויכטיקע רבנים פאר די לעצטע 50 יאר זענען געווען 3 רבנים מיט איין קאזיאנער רא ־ בינער. דער ערשטער איז געווען דער אמציסלאווער, נאך אים הר ב הגאון ר׳ משה יהודה ז״ל. דער לעצטער הר ב שוסטער הלוי ז״ל. און אל ם מורה הוראה הר ב בצלאל זאקהיים ז״ל. אל ם רעגירונגס־ראבינער האט פאר אן אפשניט פון איבער 50 יאר ביזן יאר 1926 אמטירט אויך פאר אלע 9 שטעטלעך ארום סאקאלקע, מיין פאטער בערל פרידבערג, וועמען עס איז אין פאר ־ לויף פון די יארן אויסגעקומען צו אמטירן גלייכצייטיק אויך אין גראדנע איבער 3 יאר, שפעטע ר אי ן ביאליסטאק 2 יאר. אין גראדנע האט ער איבערגעגעבן דעם ראבי ־ נער־אמט צו ד״ר שמריהו לעווין. אין ביאליסטאק האט ער איבערגעגעבן דעם אמט ד״ר מאהילעווער, אן אייניקל פון באוויסטן שמואל מאהילעווער.

passage_86604c5024c7998bbee801c7
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3077-3993

די אלע אנדערע אינסטיטוציעם, וועלכע יידן האבן פארמאגט אין סאקאלקע איז געווען א וועד הקהל, וועלכער האט אויך איינגעמאגט שטייערן. אלס ראש הקהל איז אויסגעוויילט געווארן ביי דער ערשטער קאדענץ בנימין דאמבראווסקי. די לעצטע יארן איז אלס פרעזעם געווען לייזער אשקעוויץ. דער רב איז אריין אלס מיטגליד אין וועד הקהל. אין וועד הקהל זענען געווען פארטראטן אלע ריכטונגען: ציונים, "בונד", סוחרים, האנטווערקער. געווען א סוחרים־פאראיין מיט וועלכן אלע יארן האט אנגעפירט וואלף נארדווינד. לעצטנס אויך א קליינהענדלער־פארבאנד מיט ה. גלאז־הענדלער אלס פרעזס... א קאאפעראטיווע פאלקס־באנק מיט א גאר גרויסן אומזאץ. דער לעצטער פרעזעס איז געווען פייווּל סימנער, וויצע־פרעזעס וואווע נארדווינד. שיין און גוט אנטוויקלט איז געווען אונדזער קולטור־ארבעט, רייך אונדזער געזעלשאפטלעכן לעבן, ערלעך און גוט דער יידישער שטייגער פון לעבן.

passage_9f7704702e55ae629ed91902