Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 270
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1364

515 רחלטירןוצינסי 1 י (מאלסיזי ) 516 די דייטשן אונז פארלאזן אין אונזער געגנט מערב ווייס רוסלאנד איז אבגעטרעטן געווארן דער סאוויעטי־ שער ארמיי. די פון דער באפעלקערונג וועלכע האבן עוואקואירט, האבן זיך בשלום צוריקגעקערט צו זייערע היימען, צו זייערע נאנטע און טייערע. אויך יעצט וועט באשטימט אזוי זיין. דער דייטשער איבערפאל איז געווען א פלוצלונדיקער און האט געט־ ראפן די סאוויעטישע גרענעץ אבטיילונגען נישט גרייט אים אויפצונעמען און דעריבער זיינען די ערשטע רעזול־ טאטן אזוי ווי זי י זיינען, אבער דאס וועט בעשטימט נישט דעצידירן וועג ן דעם גורל פון דער צוקונפט. די סאוויעטישע באפעלקערונג באקומט א באפעל זיד צו עוואקואירן און מיט זי י די ארטיקע אקטיוויסטן. אויר פיל פון דער ארטיקער ציווילער באפעלקערונג וועלכע זיינען נישט געווען אקטיוו אין געזעלשאפטליכן לעבן גרייטן זיך צוזאמען מיט די סאוויעטישע משפחות צו פארלאזן די שטאט. די ערשטע לאסט־אויטאס פול מיט פרויען און קינדער פארלאזן די שטאט. מען פאכעט אין דער לופ ט מיט ווייסע טיכלעך און עס הערט זיך די געזעגנונגס ברכה ״אויפווידערזען, מיר וועלן זי ר אי ן גיב ן אומקערן״! די עוואקואציע דויערט 3 טעג. דעם דריטן טאג נאכן אויסברוך פון קריג דינסטאג נאד מיטאג, דעם 23.6.41 פארלאזט די לעצטע נ.ק.וו.ד.־אבטיילונג די שטאט אין מיט זי י די לעצטע אקטיוויסטן.

passage_da8a9e281ef043b1679a2f5b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1366-2515

די שטאט בלייבט אן אן הערשענדע מאכט. עס הויבט זיך אן די רעגירונג פון אלע שווארצע און פארברע־ כערישע עלעמענטן. מען גנב׳ט און ראבעוועט פון יידי־ שע הייזער. די יידישע באפעלקערונג האט פאריגלט און פארשלאסן זייערע שטיבער און זיצט אויסבע־ האלטן אין קעלערן און בונקערם. די אפקלאגגען פון די מאשין געווער ווערן אלץ נענטער און שטארקער. די לופט אנגריפן ווערן אלץ אפטער. שבת פארטאג, דעם 27.6.41 האבן די ערשטע פאט־ ראלז זיך באוויזן אין די גאסן פון סאקאלקע און נאד זיי, א מאטאריזירטע מיליטערישע אפטיילונג. די גאסן זענען אפגערייניגט פון מענטשן און געוויס פון יידן. די יידישע באפעלקערונג בלייבט ווייטער זיצן אין זייערע באהעלטענישן און ווארט וואס די צוקונפט וועט ווייטער מיט זיך ברענגען. נאר א אייפל גלויביקע ווילן נישט מחלל זיין דעם שבת און האבן נישט מורא אין די גורלדיקע שעהן צו מקיים זיין די מצוד. פון תפילת־שבת. זיי זיצן אין נייעם בית־המדרש און דאווענען. און דא קומט אויך פאר די ערשטע באגעגעניש צווישן סאקאלקער יידן און די נאצישע רוצחים. ווי די בא־ געגעניש האט אויסגעזען איז איבעריק פארצושטעלן.

passage_6f215315cecd80231e1f5c20
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2517-3589

אין די שפעטע פרימארגן שעהן, הויבן זיד אן באווייזן אין גאס פוילישע און ווייסרוסישע יוגנטליכע, סתם כוליגאנעס און אזוינע וועלכע האבן געהאט פערזענליכע חשבונות מיט דער ראטן־מאכט. און געזען אין דער יידישער באפעלקערונג אן עלעמענט וועלכער האט זיד סאלידאריזירט און אונטערשטיצט די דאזיגע מאכט. די רעזולטאטן האבן נישט פארשפעטיגט צו קומען. עס האבן זיד אנגעהויבן די ערשטע "אפרעכנונגען" אינטער דער באגלייטונג פון דעם חיה׳ש ווילדן דייטשן געשריי און געלעכטער. צו מארגענס, איז צוליב די דאזיקע "חשבונות" אויפן מארק פלאץ דערמארדערט געווארן אין פיינליכע יסורים טוביה (טעבל) שור פון פארשטאט און א צווייטער איז צום טויט פארשמיסן געווארן ווייל ער האט געהאט א בארד און פאות־ן. נאך די דאזיקע ערשטע "סצניס" באקומט די גאנצע יידישע באפעלקערונג א באפעל זיד צו פארזאמלעען אויפן מארק־פלאץ. דער באפעל שליסט נישט אויס קיין קינדער, זקנים און קראנקע. אלע, אל ע מוזן מאנטאג 7 פרי זיין פארזאמלט אויפן פלאץ, ווער עס וועט בלייבן אין דער היים, וועט דערשאסן ווערן.

passage_7712bbe5e76ebbf449b43a7b
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3591-4232

מאנטאג, עס ציט זיך א תהלוכה. פון נידערגעשלאגענע, צעבראכענע און טיף, טיף באליידיקטע וועזנס. עס גייען פרויען, מענער און קינדער. עס גייען גאנצע משפחות און קלאמערן זיך איינער צום צווייטן. עס גייט אלט און יונג. עס גייען זאגאר אזעלכע, ביי וועלכע די כוחות האבן שוין לאנג, לאנג אפגעזאגט די געהארכ־ זאמקייט. וואס פאר א נייעס וועט מיט זיך ברענגען די דאזיגע פארזאמלונג אויפן מארק־פלאץ? וואס פאר א ווילדע המצאות קענען זיי ווידער איינפאלן? צו האבן זיי באשלאסן שוין אין די ערשטע בעזעצונגס־טעג באווייזן זייער ברוטאלע מערדערישע לאפעז און וועמענס ריי וועט יעצט זיין ך

passage_b2b961555533cb0c6a8dcd2c