521 אויפן וועג צו פארגיכטונג 522 מאכט האט זי געשאפן דער אזוי גערופענער "יידן־ ראט". דאס האט געזאלט זיין אונזער אפיציעלע פאר־ שטייערשאפט כלפי דער מאכט. די פליכט פון דעם יידן־ראט איז געווען צושטעלן יידישע ארגעטס־כוחות אין יעדן צאל און צו יעדע צייט, צושטעלן דורך די דייטשן פארלאנגטע ווערט־ זאכן ווי צ. ב. גאלד, זילבער, שמוק, ווערטפולע פו־ טערס א. א. וו. אט האט זיך פארשפרייט א קלאנג אז עס וועלן זיין נייע קרבנות. דער יידן־ראט האט פאר דער "אויס־ לייזונג" באצאלט מיט א געוויסע צאל ווערטפולע פוטער פאלטעס און די גזרה איז נישט אויסגעפירט געווארן. א צווייטן מאל איז פאר אזא "אויסלייזונג" באצאלט געווארן מיט אנדערע ווערט־זאכן. די אלע טראנזאקציעס זענען אויסגעפירט געווארן דורך דעם יידן־ראט. עס איז אונז געזאגט געווארן, אז דער יידן־ראט וועט אויספועלן א פארטיילונג פון ברויט פאר די אלע וועלכע זענען באשעפטיגט אויף א סטאבילן ארבעטם־פלאץ, נאר דאם איז א פראגע פון א לאנגן משא־ומתן און פארלויפיג מוזן מיר זיך באנוגענען מיטן טעם פון ווארטן. דער געשילדערטער צושטאנד האט געדויערט אונגע־ פער דריי מאנאט. ד. ה. ביזן איינשליסן אין געטא. דאס לעבן אין געטא מיט זיינע צער און ליידן איז א קאפיטל פאר זיך.
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1268
passage_7ec2d0184ee06d09df4fba0e