Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 277
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-755

529 כאראוד ק 530 ארימען טיי ליידן, וועלכע האבן פארלוירן דורכן איינ־ פירן דעם געטא יעדע ר מעגליכקייט פון פארדינסט. דער איינציגער קאנטאקט מיט דער אויסערליכער וועלט איז געווען דורך די ארבייטער, וועלכע זענען יעדן טאג ארויס צו דער ארבעט און אזוי ארום איינ־ געשאפט פאר זיך און אנדערע געטא־איינוואנער שפייז און פראדוקטן, פון די ארומיקע פויערים. פאר די נישט באמיטעלטע איז געווען טעטיג א געטא־קיך אויסגע־ האלטן פון יידן־ראט פארן געלט פון די רייכערע יידן. אין געטא האט זיך געפונען א פילץ־פאבריק מיט א שוסטעריי אין וועלכע מען האט אויסגעפירט באשטע־ לונגען פארן מיליטער. די פאבריק האט באשעפטיגט ביי 200 מאן. אזוי האט זיך געשלעפט דאס געטא־ לעבן ביז אקטאבער 1942.

passage_ff7dff2aff93295bc8d4e502
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 757-2303

דאן האבן זיך פארשפרייט קלאנגען, אז אין קורצן וועט מען ליקווידירן דעם געטא, און ארויסשיקן די יידן. וווהין איז האט קיינער נישט געוווסט. אין עטליכע טעג ארום האט זיך די ידיעה באשטעטיגט. אין א געוויסן טאג (געווען איז דאס אין מיטן אקטאבער 1942) האט דער יודנראט מיטגעטיילט דורך דער יידישער מיליציע אז אויפצומארגנס פארטאג זאלן זיך אלע שטעלן אויפן געטא־פלאץ און זיין גרייט צו דער אויסזידלונג. טראץ דעם וואס אלע זענען געווען גרייט אויפצונעמען די ידיעה, האט זי דאך ארויסגערופן ביי אלעמען א שרעקלאכע פארצווייפלונג. צוליב די בהלה האבן מענטשן געווען געוווסט וואס צו טאן. דאך איז קיינער נישט אנטלאפן, נאר צוגעגרייט זיך צום וועג. אויפן צווייטן טאג, צו דער באשטימטער צייט האבן זיך אלע געשלט אויפן פלאץ, די יידישע מיליץ האט געהאלטן ארדנונג און די דייטשן האבן דורכגעפירט א סעליקציע. צוערשט האט מען געהייסן אלע פאכלייט פון יעדן פאך מיט זייערע פאמיליעס זיך שטעלן באזונדער. דאן האט מען די נישט־ארבייטער, וועלכע זענען במילא געבליבן שטיין באזונדער, אנגעהויבן ארויספירן דורכן געטא־טויער און אויפגעלאדעוועט אלעמען אויף פויעריש פורן, וועלכע זענען ספעציעל צו דעם צוועק געווארן מאביליזירט. נאך די נישט ארבייטער, האט מען ארויסגעפירט די בעלי־מלאכה׳ס מיט די פאמיליעס און אויפגעלאדעוועט צוזאמען מיט די רעשטע. איבערגעלאזן אין געטא האט מען בלויז אלע ארבייטער פון דער פילץ־פאבריק און שוסטעריי מיט זייערע פאמיליעס. צוזאמען 400 פערזאן. בשעת דעם אויפלאדעווען

passage_062167f59720bca4a97dff3c
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2305-3408

די טראנספארטן האט מען 3 אנשטעקנדע קראנקע אוועקגעפירט אויפן בית־עולם און דערשאסן. ווען דער טראנפארט איז געווען פערטיג צום אפפאר, האט מען אלע אוועקגעפירט קיין קיעלבאסין ביי גראדנא. קיעלבאסין איז געווען א זאמעל־לאגער פון אלע ארומיגע שטעטלאך ווו מען האט צוזאמענגעבראכ־ ט 20 טויזנט אידן און פון דארט זיי געפירט קיין אושוויץ און טרעבלינקע (זע גבית־עדות פון משה בורוביק ה. ק. פלדפינג דעם 5.10.1947). נאך אפזיין 6 וואכן אין קיעלבאסין, האט מען אין אנפאנג דעצעמבער 1942 צוזאמענגענומען אלע אידן פון סאקאלקע און פארמירט א טראנספארט קיין טרעב־ לינקע. הארצרייסענד זענען געווען די סצענעם, ווען דער טראנספארט איז פארענדיקט קיין טרעבלינקע פארביי־ געפארן דורך דער סטאציע סאקאלקע און זיך נישט פארהאלטן. די קולות און געוויינען זענען געווען עד לב השמים. די וועלכע האבן געהאט נאנטע אין דער פאבריק, האבן ארויסגעווארפן בריוואלאך, אין וועלכע זיי האבן זיך געזעגגט וויסענדיג אז זיי פארן צום טויט. פון דעם טראנספארט האט זיך נישט צוריק־ געקערט קיין איינציגער. אין דער פאכריל,

passage_27c444e40a6ff116548ed93c
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3410-4297

נאכן אוועקשיקן דעם טראנספארט קיין קעלבאסין האט מען די פילץ־פאבריק מיט נאך דריי גרעסערע הייזער אפגעצוימט פון איבעריגן געטא און איינקוואטירט די 400 מאן. נאך שטארקע באמיאונגען האט מען געפועלט ביים דייטשן געטא־קאמענדאנט, ער זאל דערלויבן אריבערצופירן שפייז פון די אויסגעזידלטע פון גרויסן געטא אין פאבריק. נאכן אפארבייטן עטליכע מאנאטן אין דער פאבריק ווען ס׳איז שוין געווען אויסגעארבייט געווארן ס׳גאנצע רוי־מאטעריאל האט מען דעם 23־טן יאנואר 1943 איינגעלאדעוועט אלעמען אין וואגאנען און אוועקגעפירט קיין אושוויץ, וווּ זיי זענען אלע אומגעקומען מיט׳ן אויסנאם פון 6 פערזאן, וועלכע האבן דורכגעמאכט אלע שבעה מדורי־גהינום פון קאצעט. צווישן די איבערגעבליבענע ביים לעבן, געפינט זיך די אויסגעבערין פון די דאזיגע גבית עדות. (פראטאקאלירט: מילדינער יעקב לייטער פון דער ה. ק. אין פלדאפינג)

passage_7a5ee05be5002002b1ccaae3