אסת ר הולצמן נר נשמה איך וויל געבן א קורצן איבערבליק פון מיינע טרויעריקע אומגליקליכע יארן. 1946, 1־טן מאי, פארלאז איך מיט מיין זוהן ז״ל, מיין איינציקן טרייסטער יצחקעלע, רוסלאנד. מען פאקט אונז אין טאווארנע וואגאנעס בערך 2000 מענטשן ווי בהמות, מיר פארן אהיים צום באדויערן האבן מיר שוין מער קיין היים געהאט דאס ערשטע קומען מיר קיין לובלין. 24 מאי, מיר טרעפן די ערשטע לעבענגעבליבענע יידן. מיט גרויס פרייד באגעגן זיי אונז מיר שטייען דארט אנדערטהאלבן טאג. מיר גייען זען דעם גרויסן שרעקליכן אומגליק מיר זעען טרעבלינקע, עפעס אומגלויבליך שרעקליך, גאז־קאמערן, פעסער מענשליכע שמאלץ, בערג מיט קינדערשע זעקעלעך, שיכעלעך; בערג האר, מענשליכע ביינער, עס גלויבט זיך נישט דעם גרויסן בראך וואס האט אונז געטראפן. מיר פארן ווייטער צובראכענע, מיר קומען דעם 28 מאי קיין שטעטל א דייטשע שטאט. איך טרעף דארט מיין איינציקן לעבענסגעבליבענעם קוזין מיט זיין משפחה, אסת ר פעפע ס מיט איר זון יצחק ז׳׳ל מנחם עפשטיין דער ראש־הקהלה פון 36 טויזנט יודן. דא הער איך נאך מער פון דעם גרויסן בראך. דאם לעבן איז נאך אויך נישט זיכער, אלע טאג פרישע פאגראמען, פאגראמען פון די גויים, אויך פון די "פאדזעמניקעס" אלע טאג אנדער געדוארגעטע יידן. שרעקלעך איז געווען אונזער לעבן. איך נעם מיין קינד און פאר קיין ביאליסטאק.
די שיינע, נגידישע בעל־צדקישע אריסטאקראטישע שטאט, איז מער נישט קיין שטאט. אלעס פארברענט, אלעס דערציילט אונדזער גרויסן בראך. פון אלע שטע־ טעלעך טרעף איך אויף מינסקע 1 ווו עס איז געווען דער מושב זקנים אלע לעבענגעבליבענע יידן. איך טרעף אונדזערע ביסל לעבענגעבליבענע סאקאלקער, קאפליינסקעס זון יוסל־דוד, דריי ברידער גאלדאקעס, האנקי אינדורסקעס, רבקהס טאכטער ראסקע אשקעוויץ מיט איר זון. מיר ווערן ווי אײן משפחה, מיר העלפֿן איינס די צווייטע, מיר טרייסטן זיך. קומענדיק בין איך געווען אן שיך, ברעטלעך צוגע־ בונדן צו די פוס, 39 קילא האב איך געוועגן, מען הויבט אונז אן צו געבן שטיצע מיר באקומען זאכן. א קיך פון אלעם גוטן, וואס די סאסייטעס פון דער וועלט באזארגן אונז, מיר הויבן אן צו קומען צו זיך. איך הויב אן צוקלערן פארן זען סאקאלקע מיין היים־ שטעטעלע, ווו איך בין געבוירן, און דערצויגן. עס קומט פון דאלנע־שלאנסק צופארן באבע לייזער בראדאצעס טאכטער, מיר פארן צוזאמען דעם 7 יולי 1946 מיר טרעפן צום באדויערן קיינעם נישט פון יידן. מיר טרעפן אלעס גאנץ אלעס פארנומען פון אונדזערע יור־ שים, דארפישע גויים. איך און וויי געווען קוקן אויף דעם אלעם. איך קום אין דער גרויסער שול, איך גיי פארשטעלט פאר א גוי ע עס ווערט מיר שלעכט. דער גאנצער מארק