547 548 טאג פון ייִדישן צער און ייִן זיינען אין אסטראווסקיגעסל גרונטליד רעווידירט געווארן דורך געסטאפא. נעמען פון די פארגעדיינקטע ייִדישע פאמיליעס פון די דאקומענטן ווערן דערמאנט אין די באריכטן פון די דערציילער — הגם די סודות פון די טרעבלינקער טויט־ פאבריק האבן שוין לאנג אויפגעהערט צו זיין א סעג־ סאציע, הגם אין ביאליסטאק געפינען זיך שוין אויך פליטים פון טרעבלינקי, פונדעסטוועגן רופט ארויס א נייער שוידער יעדער סימן און אנדענק פון טרעבלינקי עדות — פראטאקאלאנט: — פארזיצער פון דער היסטארישער קאמיסיע. מגר. מ. טורעק — דעם דאזיקן טויט־געשפענסט און מאנומענט פון דער היטלעריסטישער מארד־ציוויליזאציע. א טאג פאר דער נייער עוואקואציע פון גראדנע, דעם 15־טן יאנואר, האט מען די פארבליבענע סאקאלקער אין גראדנע פון קעלבאסינער לאגער ארויסגעפירט צוריק אין זייער היימשטאט — סאקאלקע. אזוי האט מען געזאגט. (ווי באוווסט, האט מען דעם 25־טן יאנואר געמאכט סאקאלקע יידן־ריין). א סאקאלקער קעמפער איז אויפשטאנד פון ווארשעווער געטא
יצחק גאלדשטיין איז געבוירן אין 1916 אין סאקאלקע, ביאליסטאקער קרייז. זייענדיק נאך גאר יונג, איז ער אריינגעטרעטן אין "הנוער הציוני", ווו ער האט זיך מיט דער גאנצער יוגנט־פרישקייט איבערגעגעב דער ארבעט פון דער באוועגונג, און ארויסגעוויזן א האר־ ציקע און חברישע באציהונג צו אלעמען. ער איז געווען צווישן די ערשטע חברים אויף הכשרה. צוליב זיין איבערגעגעבנקייט, איז ער געשטיגן אין דער באוועגונג, און פארן אויסברוך פון דער מלחמה איז ער ארויסגע־ רופ ן געוואר ן קיי ן ווארשע, מיטצוארבעט ן אי ן דע ר הנהגה הראשית . פאר דער מלחמה האט ער געענדיגט אין פוילישן מילי־ טער און דאם איז אים צונוצגעקומען שפעטע ר אי ן דע ר אונטערערדישער טעטיקייט. אנהייב מלחמה איז ער געווען טעטיק אין לאדזש, דערנאך אין ווארשע. ער איז געווען צווישן די, וועלכע האבן אויפגעהאלטן דעם קאנטאקט מיט ארץ־ישראל, דורך דער פארמיטלונג פונעם פארבינדונגס־ביורא פון דער הסתדרות אין זשענעוו. ער האט מיטגעארבעט מיט יעקב פראשקער, קאמאנדאנט פון דער קאמפגרופע פון "הנוער הציוני", וועלכע האט העלדיש געקעמפט צוזאמען מיט אנדערע קאמפגרופן אינעם בערשטע ר געביט . מ׳הא ט זי י תמי ד געזע ן צוזאמען .
פאראנא סברה, אז יצחק גאלדשטיין איז אומגעקומען בעת דעם אויפרייס פון בונקער פון וואלאווע־גאס נו־ מער 8, וווּ ס׳האט זיך געפונען יעקב פראשערסקאמפ־ גרופע און אויך ציווילע מענטשן. זייער נאמען געפינט זיך אין ליסטע פון געפאלענע אין ווארשעווער געטא־ קאמף. (אין דער ליסטע וועלכע איז איבערגעשיקט געווארן דורך די אונטערערדישע ארגאנען פון ווארשע קיין לאנדאן אין חודש נאוועמבער 1943, איז זייער נאמען על־פי־טעות אריינגעשטעלט געווארן צווישן די מיט־ גלידער פון די בונדישע קאמפגרופעס; דער זעלבער טעות חזר׳ט זיך שפעטע ר איבער אין די פארשידענע ניו־יארקער בונדישע אויסגאבעס). פון בוך: "חורבן און אויפשטאנד פון די יידן אין וואר־ שע״ פון מלך ניישטאט, צווייטער טייל: די געפאלענע אויף דער יואר. תל־אביב תש״ח, 1948.