Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 297
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1344

משה מונשביץ משיח אין חלום און אין לעבן אכאלאדע פון דער אלטער היים אבא! במפת העולם חיפשתיה את עיר מולדתך — סוקולקה — ולא מצאתיה... מיין קינד! נישט אין אטלאס־ביכער איז דער נאמען פון מיין שטעטל אויפגעשריבן נאר טיף אין הארצן איינגעקריצט איז זי אויף אייביק דא פארבליבן. שאטנדיק וועלדלעך — סאסנע־בוימער קליינע טייכלעך, נישט קיין ימ׳ען, פעלדער פולע, גרינע לאנקעס, בערג און טאלן—אלץ צוזאמען און איבער זיי די זיבן הימלען דעקן אויס און רינגלען אום מיין שטעטעלע.—און יעדער שטיין ווייס און קען דערציילן שטום; מעשה׳לעד, לעגענדעס, חלומות און פאנטאזיעס וואט האבן אויסגעפילט דעם לעבן דארט. א שטעטל, ווו דער אלטער און נייער משיח האבן זיך אנטפלעקט צוזאמען אויף איין ארט מיטן ציל — שלום שליסן צווישן דורות אלט און יונג נישט מער צושיידן. אויך פאר דיר מיין קינד וויל איך דערציילן — אט די לעגענדע מיט מיין זיידן. די דורות־לאנגע פאלקס־געשיכטע, וואס אין זכרון איז פארבליבן פון מיין קליינער גלות־שטעטל מיט יארן לאנג צוריק געשריבן איך געדיינק און זע נאד איצטער יענע נאכט פאר מיינע אויגן; אין א ווינקל אויף א בעטל ליגט מיין זיידע, אלט געבויגן, איך קוק זיך צו און זע; ; ווי טוי זעט אויס די קאפ, די בארד ווייס־גרוי און אלט איז ער געוואָרן נאך אין זיינע יוגנט יארן.

passage_069e1e2e89bff99b668f14c0
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1346-1839

ליגט, קרעכצעט און אטעמט שווער, און שלאפט קען ער שוין נישט מער, אויד וואד זיינא איז נישט זיינא באגער; נאר ווייטער ציט זיד זיינא חלום וואס איז אונז אלעמען באקאנט; פון משיח׳ן דעם העלד אויף זיינא ווייסן שטארקן פערד געשפאנט אין גאלד, געפוצט בריליאנטן. און ווי געיאגט פון שטורם־ווינד, לויפט משיח דורד געשווינד, אז אויפגעציטערט ווערט די ערד. מיט יעדן טראט, דער פערד ער האט, די ערד געעפנט אונטער זיד, און פון דארטן, אלע סארטן,

passage_d56d811d1632defa778d6ca1