Original scan
Original memorial-book scan 300
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-928

575 משה מונשציץ 576 הסרת הלוט בער הקדושים צוזאמען אייניקלאור און זיידעם, טאטעס, מאמעס — האנט ביי האנט צוזאמען פאר א נייעם לעבן א נייע היים אין אונזער לאנד. ¥ מיין טייער קינד! — צו ענדע איז די געשיכטע די לעגענדע. עס איז א שטורם אויסגעבראכן שטעט, אויד אונזער שטעטעלע, פארניכטעט, צושטאכן און צושמעטערט די לוחות פון געזעץ און מאראל. און די נאצישע הענט האבן גרויזאם און מערדעריש אין גאזן געשיקט און אין פייער געברענט מיליאנען אומשולדיגע קרבנות, און דורך פארטויבטע ווענט, האבן זיי געשיקט צו אונז דעם לעצטן וויי־געשריי וואט האט שוידערליד געלאזט זיך הערן און וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן. ¥ אין שווערע מאמענטן פון צער און ווייטאק, פיל אייד מיין זיידענס צערטליכע הענט אויף מיין קאפ און הער זיין שטים וואט טרייסט און זאגט צו מיר: זיי געבענטש ט מיט׳ן משיח אויד אייד מיט מיינעם בין מיט דיר.

passage_040c8585ea38b8509428d95f