Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 303
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1311

581 דיקאלאני איזאאק 582 אין א ווייסע־טיכעלע און גלעטן מיט דעם, דעם ווונד אויך א שטילע ברכה פון איר מויל און אזוי איז מען געהאלפן געווארן. אונזער טייערע יוגנט האט געציילט טאקי ווייניג, אבער פול אבשאץ — מיר האבן געצויגן די אויפמערק־ זאמקייט פון אלע שטעטלעך ארוס, זייער פיל יוגנט פון דער פראווינץ האבן אונזער קאלאניע בעזוכט. פארנאכט, מען אונזערע בחורים און מיידלעך זענען נאך אויפן פעלד געווען, און פלוצלינג זענען געקומען צו באזוך א גאנצע קאמפאניע קרינקער מיידלעך און בחורים, אמ־ דורער חברה אויך סאקאלקער. פונקט ווי זיי אלע וואלטן זיך אבגערעדט צו מאכן א סיורפריז קאלאניער יוגנט. פלוצלינג האט אנגעהויבן דוגערן און בליצן, אונזער יוגנט איז שנעל צוריק געקומען פון פעלד מיט די סער־ פעס און קאסעס אין די הענט און מיט ליידיגע קריג פון וואסער וואם מ׳פלעגט מיטנעמען מיט זיך צו דערקוויקן די הערצער פון היץ און מידקייט. און באלד האט די גאנצע יוגנט אנגענומען א אלגעמיינעם יום־טובדיגן אויסזעהן, צוזאמענגעטראפן זיך מיט די אלע געקומענע געסט, געגעסן, געטרינקען, געזונגען און געטאנצט ביז שפעטער אין דער נאכט. דאן איז געקומען די פראגע ווי אזוי זאל מען זיך צוריקקערן יעדערער צו זיך אין דער חיים. אלע האבן זיך צוזאמען גענומען און אוועק שלאפן

passage_4830fe718c87d5e10d04bf9a
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1313-2139

אויפן בוידעם היי. היינט איז עם פארגעקומען א שמחה אין קאלאניע, א חתונה, פלעגן קומען קרינקער כלי־זמרים און די סאקאלקער פאטאגראפשציקעס אבר- מוביץ אדער זלמן סטאלער. מ׳האט געלעבט מיט האפנונג אז די קליינע יידישע קאלאניע מיט איר יוגנט וועלן דערגרייכן און זיין א שטאלץ וואס קען דערשיינען פון א פארווארפטן ווינקל פון יידישע הערצער. איז געקומען דער שטן און פארברענט און פארניכטעט אלץ אזוי ווי קיינמאל נישט געווען. אבער זיי וועלן אייביג זיין אין אונזער זכרון באגלייט מיט אונזערע טיפסטע געפילן — מיטן טרויער פון אונזערע צובראכענע הערצער. עס קלייבן זיך צונויף געסט צו א חתונה אין דער שייגער קאלאניע איזאקא קאלאניער יוגענד שניידן די פעלדער — בראש קאלאניער שוחט דער קרינקער לערער יעקב סוחניצקי און אנדערע קאלאניער בעלי־בתים

passage_955edb698cdc5a6a00b34c88