Community · Jewish communities
Surrounding towns
ארומיקע שטעטלעך
Nearby towns named collectively in the account.
Page 200MEDIUM confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 204 · printed page 200
דא האבן די דייטשן פון אנהויב קיין געטא נישט געשאפן, אבער
דאס נישט זיין אין געטא האט זיך פארוואנדעלט אין א פינצטערער
קללה פון כסדרדיקע נגישות און באליידיקונגען. דאס טרייבן מחנות
יידן צו דער סאוויעטישער גרענעץ, דאס ארויסווארפן יידישע קיג־
דער פון שולן, די ספעציעלע ערטער פאר יידן אין טראמווייען, דער
פארבאט צו קומען אין עפנטלעכע ערטער און צו גיין אין די
אווענטן אין גאס, די ספעציעלע שעהן, ווען יידן מעגן קומען אין
די אמטן — דאס אלץ איז געווען די פסיכישע צוגרייטונג צום שפע־
טערדיקן טאטאלן מארד פון די יידן אין סאסנאוויץ, בענדי און אין
ארומיקע שטעטלעך.
איבער די דערשלאגענע יידן איז באשטימט געווארן צו קיניגן
דעם טרויעריק־בארימטן מאניעק מערין. מיט זיינע הענט האבן
די דייטשן אנגעהויבן פארניכטן די יידן. ער איז געווען דער, וואס
האט די דייטשן צוגעשטעלט "סעלעקטירטע טראנספארטף׳ פון יידן
קיין אשוויענטשים. צום ערשט די ארעמסטע, די ארבעטלאזע, שפע־
טער יתומים, אלמנות, קראנקע פון שפיטאל, יידן פון אנדערע קהי־
לות. דער גערמאנישער מולך האט געפאדערט מער און מער קרבנות
און מערין האט געליפערט צו טויזענט, צו צוויי טויזנט און צען
טויזענט. די אויווענס אין אשוויענטשים האבן ברייט צעעפנט די
טירן פאר די יידן און מאניעק מערין האט געליפערט פולע צוגן.Connected nodes