Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 107
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1019

צווייגן אין דער בערלינער קאנסערוואטאריע, ווו ער האט שטודירט ביזן יאר 1914, אויפן נונבערגם פולער אויסהאלטונג. זייטן אויסברוך פון דער וועלט־מלחמה ביזן יאר 1933 געפינט זיך גאלדצווייג אין דייטשלאנד, ווו ער טרעט אויף מיט קאנצערטן, שפילט אין דייטשן ראדיא אאז״וו. נאד היטלערס קומען צו דער מאכט, מוז גאלדצווייג פארלאזן דייטשלאנד און ער קערט זיך צוריק קיין פוילן, ווו ער איז טעטיק אלם ערשטער פידלער ביי פארשידענע מוזיק־אימפרעזעס. צום סוף פון יאר 1937 ווערט ער אנגאזשירט קיין כארבין (יא ־ פאניע), ווו ער איז טעטיק אלם ערשטער פידלער אין א קינסטלער־ ארקעסטער און שפילט אויך אין דער דארטיקער ראדיא־סטאציע. אברהם גאלדקאר:ן: ווייזט ארויס פעיקייטן צו מאלעריי נאד אלם יינגל מיט אים אינטעריסירט זיך דער באקאנטער מא- לער הענריק גאטליב, וועלכער באוועגט גאלדקארנען אריינצוטרעטן אין דער היגער גימנאזיע "יבנה" און שפעטער שיקט אים גאטליב קיין קראקע אין דער פרייער אקאדעמיע פון די פראפעסארן: פעדקא־ וויטש און האמולאטש.

passage_1b62be2d25c29d42bb7cadd5
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1021-2233

אין יאר 1927 פארט גאלדקארן קיין בעלגיע, וווּ ער ווערט אויסגענומען אין דער בריסעלער קעניגלעכער־אקאדעמיע. פון דארט איבערטראגט ער זיך, אין יאר 1928, קיין אנטווערפן אין "הויכן אינסטיטוט פאר שיינער־קונסט", וווּ ער באקומט א מעגלעכקייט פאר אן אינדיווידועלער קינסטלערישער אנטוויקלונג. דארט פארבלייבט ער במשך פון 5 יאר אונטער דער השגחה פון באקאנטן פלעמישן מאַלער, פראפ. י. אפסאמער. א דאנק זיינע ספעציעלע פעיקייטן, באקומט גאלדקארן צו זיין דיספאזיציע אן אייגענעם אטעליער און לעבעדיקע מאדעלן אויפן חשבון פון דער שטאט אנווערפן. גאלדקארן געפינט זיך נאך אין סטאדיע פון זוכן, זיין מאלעריי האט דערווייל נאך נישט קיין אויסגעשפראכענע ריכטונג. זיינע קאנדפאזיציעס זענען א געמיש פון סענטימענט, פאסיע און סאציאלע רעאליטעט. זיין פארבן־סקאלע איז א גענוג רייכע און ער באמיט זיך אין די ארבעטן אויסצומיידן דאס פראפעסיאנעלע און שאבלאנארטיקע. * א. דרעקסלער: הויבט אן ביי 31 יאר שפילן פידל ביי א מוזיקאנט. ער ווייזט ארויס בולטע פעיקייטן אויפן געביט און ס׳אינטעריסירן זיך מיט אים אייניקע בענדינער אינטעליגענטן, וועלכע פארנעמען זיך מיט זיין ווייטערדיקער מוזיקאלישער אויסביל-

passage_bd7f01f9984d0960b69f44b6
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2235-3447

דונג. א דאנק דער גוטער טעארעטישער און פראקטישער צוגריי־ טונג פונעם היגן מוזיקער אהרן בארענבלאט ווערט דרעקסלער, אין יאר 1909, אנגענומען אין דער בערלינער קאנסערוואטאריע אלס שילער פון די בארימטע פראפעסארן, פידעמאן און איםאי־בארמאס. דארט בלייבט ער ביז אויסברוך פון דער וועלט־מלחמה. אין די יארן 16—1915 איז ער טעטיק אלס ערשטער פידלער אין דער בערלינער קייזערלעכער אפערע. אין יאר 1917 ווערט ער אויפגענומען אין דער "ווינער אקאדעמי־ שע האכשולע" וויו אלס פראפעסאר האט געווירקט דער באוווסטער מייסטער שעווציק. די אקאדעמיע ענדיקט דרעקסלער אין יאר 1918. פון דעמאלט אן טרעט ער ארויס אויף קאנצערטן אין בערלין, ווין, בודאפעשט און אין אנדערע הויפט־שטעט. זייט דעם יאר 1924 געפינט זיך דרעקסלער אין פאריז ווו ער איז טעטיק אויסשליסלעך אויפן פעדאגאגישן געביט. * סט. ווי גאד ז קי דעביוטירט אין 1928 אויף א קאנקורם אין דער פוילישער ליטערארישער וואכנשריפט "וויאדאמאשטשי ליטע- דאצקע" מיט א ארבעט איבער דער פוילישער ליטעראטור, זייט דע- מאלט ארבעט ער מיט אין פאלגנדיקע ליטערארישע אויסגאבן: "גלאם ליטעראצקי", "קוואדריגא", מיעשענטשניק ליטעראצקי", "אקאליצא פאעט", "קאמענא", "גאזעטא ארטיסטווו"א״אנד.

passage_2243f781264b7b9a37c98c25
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3449-4356

במשך פו ן ד י יאר ן 1936—1934, זענע ן דערשינע ן 2 בעגדע ר לי - דער או ן א חו ץ דע ם אי ן געווע ן געדרוק ט קריטיש ע או ן בעלעטרי ־ סטישע פראז ע אי ן פארשידענ ע ליטעראריש ע צייטשריפטן. וויגאדזקים ארבעט ן זענע ן איבערגעזעצ ט געוואר ן אי ן פאלגנ ־ דיקע שפראכן: ענגליש, פראנצויזיש, דייטש, רוסיש, אוקראיניש, טשע - כיש, העברעי ש או ן יידיש. ע ר הא ט אוי ך פארעפענטלעכ ט אריגינעל ע יידישע פראז ע אי ן דע ר "ליטעראריש ע טריבונע" או ן באטייליק ט זי ך אין אויסלענדיש ע פרעמדשפראכיק ע אנטאלאגי ע פו ן פויליש ע דיב ־ טונג. לויטן אויפטרא ג פו ן דע ר לייטונ ג פונ ם פויליש ן ראדי א אי ז ווי ־ גאדזקי טעטי ק אל ם רעצענזענ ט פונ ם ראדיא־הערשפיל-טעאטער. ארטור ו ו י נ ע ר: הויב ט זי ך א ן פארנעמע ן מי ט מאלערי י אין ד י פריערסטע ר יוגנט. בע ת דע ר דייטשע ר אקופאצי ע לערנ ט ער זי ר אי ן דע ר ווארשעווע ר קונסט־שול. שפעטע ר שטודיר ט ע ר אי ן פ. טענענבוי ם ר. יאקובאוויט ש ח. לעווענשטיי ן נ. מעלני ק 103

passage_b72fb68d7313c2391cfd47e1