די עלזאלצבורגער מוזיק־פעסטיוואלן, וועלכע האבן — נאכן ״אבשלום״ אין יאר 1938 — פארלוירן דעם אינטערנאציאנאלן כאראקטער. בערנארד סאלנא (סאלאמאנאוויטש). שוין אין די ערשטע "הזמיר״־קאנצערטן, אין וועלכע ס׳באטייליקט זיך בערנארד סאלנא, ציט ער אויף זיך די אויפמערקזאמקייט מיט זיין פרעכטיקער באס־שטימע. אין יאר 1909 פארט ער קיין בערלין, ווו ער שטודירט געזאנג אין דער דארטיקער מלובהשער קאנסערוואטאריע, וועלכער ער עבדיקט אין יאר 1914. בעת דער וועלט־מלחמה זינגט סאלנא אין דער בערלינער אפערע, ווו ער טרעט ארויס אין פארשידענע ראלן, אלס באס־קאמיקער. אין די שפעטערדיקע יארן ווערט ער אנגאזשירט קיין האמבורג, דארטמונד, קאטבוס און גערליץ, ווו ער שפילט און זינגט אין די דארטיקע שטאט־טעאטערן. אין יאר 1925 ווערט סאלנא אנגאזשירט אלס רעזשיסער און זינגער פון י גרעסטן שטאט־טעאטער אין ראסטאק (מעקלענבורג). דעם דאזיקן פאסטן פארנעמט ער ביז יולי 1931, בעת אין דייטשלאנד הויבן שוין אן יידישע קינסטלער באזייטיקט צו ווערן — א דאנק נאצישע איינפלוסן — פון אנפירנדיקע שטעלן.
פאר אונזליגטאן אפשריפטפון א בריוו, דאטירט, דעם 5*טן יולי 1931, פונם אינטענדענט פון ראסטאקער שטאט־טעאטער, ערנסט איממיש. פון דאזיקן בריוו ווערט קלאר, אז קיין שום אנדערע סיבה, אויסער ראסן־שנאה, האט גורם געווען צו סאלנאס באזייטיקט ווערן פון דער ראסטאקער אפערע. מיר לייענען דארט צווישן אנדערע אויך פאלגנדיקעס: איר זעגט במשך פון 6 יאר געווען טעטיק, אונטער מייוליי טונג אלם ערשטער באם־קאמיקער און אפערן־רעזשיסער, און איר האט זיך דערווארבן די ווארעמסטע סימפאטיעס פון פובליקום און פון דער פרעסע, ליידער אבער מוז איך אייך אומגערינג פארלירן. גאנ׳ין אנדערע סיבות אלם קינסטלערישע האבן גורם געווען צו אייעד פארלאזן ראסטאק, און כ׳מוז מודה זיין, דאס סיי פון מענטש' לעכן און סיי פון קינסטלערישן שטאנדפונקט, באדויער איך זייער טיף דעם דאזיקן פאקט". בערנארד סאלנא האט אין ראסטאק רעזשיסירט, געשפילט און געזונגען אין אן ערך פון 90 פארשידענע אפערעם און זיין קינסטלע* רישע טעטיקייט האט שטענדיק געפונען א ווארעמען אפקלאנג אין דער גאנצער מעקלענבורגער פרעסע. אין יאר 1933, באך היטלערס קומען צו דער מאכט, גרינדעט סאלנא א טרופע פון עטליכע דרייסיק יידישע שוישפילער אץ אפערן זינגער א. נ. "הנגוך.
די טרופע שפילט ראן אין די גרעסטע שטעט פון דער טשעכא * סלאוואקיי, עסטרייך, גריכנלאנד און צום סוף אין ארץ־ישראל, ווו דער אנסאביל לעזט זיך אויף. פון דארט ווערט סאלנא אנגאזשירט קיין עגיפטן, ווו ער פאר־ בלייבט א לענגערע צייט. זייטן אנהויב פונם יאר 1938 געפינט ער זיך אין ארגענטינע. דארט גרינדעט ער א קווארטעט פון באקאנטע קינסטלער, וועלכער ווערן איינגעלאדנט אויף סטאבילע קאנצערטן דורך דער ראדיא־ סטאציע "םפלענדיד" אין בוענאם־איירעם. אויסער דעם טרעט בער־ בארד סאלנא אויף אין די דארטיקע טעאטערן מיט גרויס דערפאלג, אויף וואס עס זאגן עדות די ווארעמע רעצענזיעס אין דער בוענאס־ איירעסער פרעסע. * זאמי פעדער (איצט אין פאריז), פארט אין 1919 קיין פראנק־ פורט ביים מאין, ווו ער באזוכט די דארטיקע קונסט־געווערבע־שול. גלייכצייטיק העלפט ער מיטגרינדן פארשידענע יידישע יוגנט־ארגא־ ניזאציעס, צווישן זיי אויך דעם דראמאטיש־מוזיקאלישן "שלום עלי־ כם״־קלוב, ווו ער אליין שפילט מיט. פעדערם שוישפילערישע פעיקייטן ציען די אויפמערקזאמקייט פון דער דייטש־יידישער רעזשיסערין, לעאנטינע זאגאן, וועלכע העלפט אים צו אגגענומען צו ווערן אין דער דייטשער מלוכהשער שוישפיל־ שול.
אין דער זעלבער צײַט קומט די "הבימה" קיין פראנקפורט און צבי פרידלאנד מיט דעם שרייבער משה ליפשיץ, וואם האבן גע־ שאפן א יידישע טעאטער־סטודיע אין בערלין, נעמען דארט אהין פעדערן, וועלכער פארבלייבט שוין אין דער סטודיע, אין בערלין שפילט אויך פעדע ר מיט אין דער "פיקאסאר־בינע" און אין דער דייטש־רוסישער פילם־געזעלשאפט "פראמעטהאוס". באך היטלער ס קומען צו דער מאבט, איז פעדער געצווונגען שמואל ציגלער טעאדאר רידער לייביש שפיגעלפאן ח. שיינטאל - 106 -