Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 114
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-911

1935 האט דער קוילן־עקספארט באטראפן 35 פראצ. פו ן דע ר ג&ג * צער פראדוקציע וואס איז באשטאנען אן ערד פון 71/2 מיליאן טאן. אזוי האט דער יידישער פלייס געהאלפן אנטוויקלען נישט נאר די זאגלעמביער קוילן גרובן, נאר אויך די גרויסע פאבריק ן פון די פאטאקם, שיינם, פירסטענבערגס, ביז די צענדליקער פאבריקלעך פון אייזךמעטאל־אויסארבייטונגען. יידן בויען גרויסע קאלך־אויוונם, צע־ געלניעס, שרויפן־און נעג ל פאבריקן, צינק־און פארבן פאבריק ן א. אז. וו. אדום דער קליינער וואסער־מיל אויף דער פשעמשא, וואקסן אויס פינף גרויסע מאדערנע מילן, געטריבן דורך עלעקטרישע קראפט, עס אנטשטייען גרויסע אונטערנעמונגען. און ארום דער דאזיקער אינד ר טטריע אנטוויקלט זיך א גרויסער האנדל, עקספעדיציע קאנטארן, קאמיס־הייזער, פארשידענע פארמיטלונג־אגענטורן, באנקן, א. אז. וו. בענדין - א טראנזיט־שטאט בענדין אלס טראנזיט פונקט צווישן רוסלאנד און אויסלאנד, ספע '

passage_b409dac96f51cdf1cc9a964a
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 913-2137

ציעל דייטשלאנד, האט שטארק געווירקט אין אויפבויען דעם האנדל און הויבן דעם עקאנאמישן באדייטונג פון דער שטאט. צוליב דעם וואס בענדי האט זיך געפונען אין צענטער פון דאמבראווער־זאגלעמביע באסיין, וועלכער פארמאגט אומגעהויערע אוצרות פון קוילן און אנדערע מינעראלן, האט די שטאט געמוזט פארלירן דעם כאראקטער פון אן אויסשליסלעכן האנדלס־צענטער, און עס האבן זיך אויך געמוזט אנהויבן צו אנטוויקלען געוויסע צווייגן פון דער אינדוסטרי. אמפריסטן האבן זיך אנטוויקלט די וואסער־מילן א דאנק דער קראפט, וואס האט צוגעשטעלט דאס וואסער פון דער "שווארצער פשעמא", וועלכע פליסט דורך דער שטאט, שפעטער זעגן אנטשטאנען ברויערייען, אייל פאבריקן, פארב־און צינקווייס פאבריקן א.אז.וו. אבער א שטארקע אנטוויקלונג פון דער אינדוסטרי באמערקט מען ערשט ווען די שטאט באקומט, אין יאר 1911, עלעקטרישע ענערגיע, נאכן ערשטן וועלט־קריג, ווען יעדע מלוכה באמיט זיך צו ווערן אומאפהענגיק סיי אויפן פאליטישן, סיי אויפן ווירטשאפטלעכן געביט פון אויסלאנד, ווי יעדע מדינה שטרעבט צו אויטאקראטיע, קומט אויך ביי אונז פאר א געוויסע ענדערונג אין דער ריכטונג פון צופאסן די פראדוקציע צו די פרישע באדערפענישן. קאנקורענץ מיט דייטשלאנד

passage_8401c2324fe953e24a78e268
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2139-3333

די רעגירונג רעגולירט דעם אימפארט, און שטיצט מיט א צאל * באריער די יונגע אייגענע קליין־און גרויס־אינדוסטריע פאר אויס ־ לענדישער קאנקורענץ, כדי אזוי ארויס זיי צו דערמעגלעכן א גע ־ זונטע עקאנאמישע אנטוויקלונג. עס אנטשטייען אזוי אדום אין בעד דין א סך נייע אינדוסטריע אונטערנעמונגען, וועלכע פארגרעסערן נאך מער זייער פראדוקציע, צוליב דעם צאל קריג מיט דייטשלאנד וואם איז אויסגעבראכן אין יאר 1926. די פאבריק ןארבעטן אויס פיל פון די ארטיקלען וואס זענען ביז דאן אריינגעפירט געווארן פון דייטשלאנד. דער אונטערנעמונגם־גייסט און די אומדערשעפלעכע ענערגיע פון די יידישע פאבריקאנטן, האבן במשך פון א קורצע צייט באוויזן צו שאפן פארשידענע נייע אינדוסטרי־צווייגן, וועלכע פאר ־ טרעטן פולשטענדיק די אויסלענדישע אויסארבייטונגען. בענדין, וואס איז געווען א פאוואט־שטאט מיט אן ערך 60.000 איינוווינער, האט פארמאגט פראפארציאנאל א גענוג אנגעזעענע צאל קליינע פאבריקן, אבער ווייניק גרויסע אינדוסטרי־אינטערנעמונגען. צו די גרעסטע פאבריק ןדארף מען פאררעכענען די פוילישע אנ ־ שטאלטן פאר צינק אינדוסטריע", "קאבע ל פאבריק", קאקאם־פוטער פאבריק "פאטאקאל", פארב־און צינקוויי ם פאבריקן, שרויפן, קייטן און דראט.

passage_baadb10f4253d5e7081a90df
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3335-4482

זעלבסטפארשטענדלעך, ווי א באגלייט־דערשיינונג פון דעם וווקס, און פון דער רא ל פון יידן אין עקאנאמישן לעבן פון בענדי ־ דער קרייז, האט זיך אנטוויקלט א שטארקע טענדענץ צו פארפוילישן דעם האנדל, וועלכער איז אבער אין בענדי ן פארגעקומען שפעטע ר ווי אין אלע אנדערע שטעט אין פוילן . בענדינער יידן האבן זיך נישט געלאזט ארויסשטופן פון זייערע דערארבערטע פאזיציעם, און עם זענען אויך נישט געווען אין שטאט די קריסטלעכע כוחות און קאפיטאלן, וואס זאלן קענען איבערנעמען די יידישע פאזיציעם אין האנדל און אינדוסטרי, שוין נישט רעדנד דיק וועגן קוואליפיצירטע פאכמענער, . להיפך — געווען פאלן, ווען פוילישע אונטערנעמונגען זענען אריבער אין יידישע — ווי אויך אין אויסלענדישע הענט, צ. ב.: אין בענדי ן איז אנטשטאנען די גרוי ־ סע פאבריק פון קאבע ל אין דראט, געגרינדעט דורכן יידישן אינזשי ־ ניער גאלדשטאב, אבער מיט פויליש קאפיטאל, און אין א קורצע צייט איז די פאבריק אריבער צו א פראנ_צויזישע : געזעלשאפט, וועלכע האט זי ערשט אנטוויקלט צו איינער פון די גרעסטע פאבריק ן פון איר מי ן אין פוילן, ווו ס׳האבן געארבעט איבער טויזנט ארבעטער און 120 ביורא־אנגעשטעלטע .

passage_fa1ff6f83c0491dc6889604c
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4484-5826

געווען א סך פאלן, ווען פוילישע פאבריקן זענען אריבער אין יידישע הענט. נישט קוקנדיק אויף דער שווערער שטייער־לאסט, און אנדערע שוועריקייטן וואס די פוילישע מאכט האט געשטעלט אויפן וועג פון יידישן האנדל, האבן בענדינער יידן כמעט ביזן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט־מלחמה, נישט איבערגעריסן דעם גרויסן אנטוויקלונגנדפראצעס פון האנדל און אינדוסטרי. די לעדערבראנזשע איינע פון די עלטסטע אחערשטע אין שטאט איז געווען די לעדער־בראנזשע. נאך מיט הונדערט יאר צוריק, פלעגט גיין דער יונגער ראובן ליווער, א הויכער ייד מיט ברייטע פלייצעס, גארנישט ענדלעך צו די דאמאלסטיקע יידן מיט זייער פיזישן כוח, אין די ארומיקע דערפער אין אויפקויפן דא א קתיגל, (א מין פעל) דארט א קאזע אדער האזן־פעל, אין אזוי משבת לשבת, יאר איין יאר אויס, ביז ער איז געווארן דער הויפט־אפנעמער פון רויע פעל פון אלע ארומיקע שטעטלעך. שפעטער איז ער געפארן אויך איבער דער גרענעץ קיין דייטשלאנד אין געבראכט רויע פעל קיין בענדין* צו דעם צוועק האט ער אויפגעשטעלט אויף די "ווארפיעם", דע־ מאלט ווייט פון דער שטאט אבער נאנט צו דער באן־ליניע, די "סד שארגיע": א גרויסע געביידע מיט אפענע פענצטער, ווו די לעדער זענען געווארן געזאלצן און געטריקנט, און דאן ווייטער געשיקט קיין ווארשע און רוסלאנד אין די לעדער־פאבריקן, צום אויסאר־ בעטן.

passage_95e063dc87cd5e26979687a9
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5828-6172

נאד ראובן ליווערסטויטאין יאר 1910 האבן זיינ זון, ר׳ קלמן ליווער, און זיינ איידעם, יחיאל קאוואלסקי, ווייטער געפירט דאם גע- שעפט, און די בענדינער לעדער האט געהאט א גוטן שם אין גע- חארן געזוכט דורך די ווארשאווער פאבריקן, צוליב זיינ גוטער קוואליטעט און אויך צוליב דער רעיעלקייט פון דער פירמע. - 110 -

passage_dd39ba0706d4679f03b20e54