Original scan
Original memorial-book scan 122
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1106

שפעטער פארברייטער ט זי ך דע ר "לינת־החולים" או ן ע ם ווער ט צוגעבויט נא ך א הויז, וו ו ע ם גיי ט אריי ן דע ר "מושב־זקנים" או ן אויך א ן אייגענ ע שול. אינטערעסאגט, א ז דע ר "לינת־החולים" הא ט זיך אויסגעהאלט ן פו ן ד י קליינ ע חוד ש אפצאל ן פי ן דע ר יידישע ר באפעלקערונג, וו י אוי ך פו ן ד י אפט ע בלימל־טע ג ווא ם דע ר "לינ ת החולים" פלעג ט איינארדנע ן אי ן ד י זומע ר חדשים, ווא ם פלעג ן אריינברענגען גרעסע ר סומעם. ערש ט נא ך פוילנ ס אנטשטייונ ג הא ט די געזעלשאפ ט באקומע ן צוגעטייל ט א סובסידי ע פו ן שטאט־רא ט און פו ן דע ר קהלה. ביים איינגאנ ג פו ן הוי ז אי ז געווע ן איינגעמויער ט א מארמא ר טאוועל, וו ו ע ם זענע ן געווע ן אויסגערעכנ ט ד י גרינדע ר פו ן "לינ ת החולים״: הר ב יששכ ר ב. ג ר א ב א ר ט, מש ה ר א ז ע נ ב ל ו ם, מש ה ק י ם נ ע ר, לייבי ש מארמאר, מש ה נט ע ש ו ו י צ ע ר, אברה ם משה ט ר א ו ב, אברה ם הל ל פישל, שמעו ן ב ר ע ד י ן, ישעיה ו ר א ט נ ע ר, א. אנ. ווא ם ס׳אי ז שווע ר איצ ט געדענקע ן זייער ע געמען. אין 1926 הא ט דע ר ״לינ ת חולים״ געפייער ט זיי ן 20 יעריק ן ׳־וביליי או ן גלייכצייטי ק דע ר געבור ט פו ן טויזענסט ן קינ ד אי ן דע ם קימפעטארן אנשטאלט.

passage_36f5aa34d3a814ddb5b9fc2d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1108-2278

אויף דער פייערונג זענען אויסגעוויילט געוואָרן דריי ערד מיטגלידער פאר זייער אונערמידלעכער ארבעט, דאס זענען געווען: ד״ר פערבער, משה ראזענבלום און משה קיסנער. פון די אקטיווע טוערס פארן ״לינת חולים״ איז ווערט צו דערמאנען: יענקל גוטמאן, שמואל לאודאן, ישראל יצחק ווייצענבערג, שמעון קרוק, ישראל יצחק פרייבערג, משה מאיר זאקס, ח. לאנגפום, הערשל בלומענפרוכט, שלמה רייכמאן, אייזיק גיטלער, דאפנער און אברהם זילבערשטיין (ישראל). פון די פרויען האבן זיך אויסגעצייכנט: קראקאווסקי, זילבערשאץ, צוקערמאן, גרונדמאן, האמפעיל און בלומענפרוכט. די הויפטארבעט האבן אנגעפירט דער סעקרעטע ר לייבל ראזענבלום און ד״ר פערבער, וועלכער איז ביז דער לעצטער מינוט געשטאנען אויף זיין פאסטן אין שפיץ פון דער גינעקאלאגישע אפטיילונג, מיט דער מיטהילף פון די צוויי אקד שערקעס — קאפלאוויץ און ארבעסמאן. א גאלד / לינת הצדק ־ מושב־זקנים ("דאבראטשינאשטש") •■*וין אין 1900 איז אין בענדי געווען א לינת־צדק, וואס האט 15111 זיך געפונען אויף מאנדזשעווער גאס! אין עטליכע צימערן זענען געשטאנען אייזערנע בעטלעך מיט שטרויענע שעניקעם, אי־ בערגעצויגן מיט ווייס בעטגעוואגט.

passage_58f5a27d511564056c1886eb
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2280-3381

דערלינתהצדק האט געדינט פאר בכבודיקע אורחים, וואס פלעגן קומען אין שטאט, און צוליב זייער מאטעריעלע לאגע אנקומען צו אן אומזיס נאכט־לעגער; דער אורח פלעגט ברענגען א קוויטל פון גבאי, און דער שמש האט אים דאן אנגעוויזן זיין ארט צו שלאפן. די אורחים האבן אויך באקומען אומזיס נאכט־עסן און פרישטיק, ברויט מיט טיי. אויסגעהאלטן האט זיך דער לינת־צדק פון מאנאטלעכן אפצאל, וואס א שטענדיקער אינקאסענט פלעגט צענויפזאמלען ביי די בעלי־ בתים. אץ 1905 האט זיך דער לינת־הצדק פארברייטער און איין צימער פארוואנדלט אין א יתומים הויז, ווו ען זענען אנגענומען געווארן נאר יינגלעך יתומים פון 4 יאר. דער גבאי איז דאן געווען ו"ישראל יצחק מינץ, וועלכער האט געהאט אין שטאט א גרויס קאלאניאל־ געשעפט אויף דער יאטקע גאס; נישט געקוקט דערויף וואס ר׳ ישראל פלעגט גיין אנגעטון אין א ווייס געפרעסט העמד מיט א שווארץ שניפסל (וואס איז אין יענע יארן געווען טריפה ביי די חסידים), דאך האט מען געהאט פאר אים דרך־ארץ. דער גבאי האט צוקאאפטירט נאך צוויי בעלי־בתים, און דאס איז געווען דער קאמיטעט.

passage_1f86dcebcd6d530b2539e07a
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3383-4766

אין יאר 1906 איז דער לינת־הצדק אריבער צו יחיאל לווינערן אין הויז, איז א גרויסן לאקאל פון 12 צימערן, וווּעם האבן זיך שוין געפונען 30 יתומים און 10 זקנים. די יתומים האבן געטראגן א ספע־ ציעלן אוניפארם, צייגענע חאלאטלעך אין פירקאנטיקע היטלעך. דער שמש פלעגט די קינדער פירן יעדן טאג אין תלמוד־תורה, וווּ זיי האבן באקומען זייער דערציונג און "בילדונג". די גבאים מינץ, ר׳ איציק גאלד, אליעזר באזשיקאווסקי און מאיר בערי, האבן דאן געשאפן א פרויען־קאמיטעט, וואס האט געהאלפן זאמלען געלט, ווייל די איינקונפטן פון מאנאט אפצאל און פון די נדרים האט נישט געקענט דעקן די גרויסע־אויסגאבן, וואס די אינסטיטוציע האט געהאט. די פרויען חוה ווינער, לאה קאמינער, מירל זאיאנץ א. אנד. פלעגן זיך פארנעמען מיט זאמלען פראדוקטן, קליידונג, שיך. באזונדערס איז ווערט צו דערמאנען די פדו יזיספעלד, וועלפע האט זיך שטארק אפגעגעבן מיט די יתומים, פלעגט זיי וואשן און קעמען און זען זיי זאלן גיין ריין אנגעטון. אין יאר 1912 האט דער לינת־הצדק, אונטערן פראטעקטאראט פון באקאנטן נדבן ר"הענדל נונבערג אין ד״ר וויינציהער, איינ־ געארדענט א בלימל־טאג וואס האט אריינגעבראכט א גרעסערע געלט־ סומע. די יתומים זענען דארט דערצויגן געווארן ביז 12 יאר, און שפעטער זענען זיי צוגעטיילט געווארן צו בעלי־מלאכות און די גאנץ פעיקע — אין העכערע שולן.

passage_11707f6d6f120419916fcc07
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4768-5728

נאד דער ערשטע ר וועלט־מלחמה, ווען עס איז צוגעקומען א גרעסערע צאל יתומים. האט זיך אין שטאט געשאפן א קאמיטעט וואס האט זיך גערופן "דאבראטשיננאשטש". אין וועמענס שפיץ זענען געשטאנען ד״ר וויינציהער, צירעלע שיין, פרוי פאראדיסטאל, יעקב גוטמאן א. אנד. פון אנפאנג איז די ארבעט פון קאמיטעט באשטאנען אין אויפשטעלן א קיך פאר דער ארעמער באפעלקערונג, שפעטע ר אויך אין דער זאדג פאר די יתומים אין שטאט. א דאנק דער איבערגעגעבענער ארבעט פון פרוי צירעלע שיין, איז עגטשטאנען אין שטאט אין אויפגעבויט איינע פון די שענסטע געביידעם אין פוילן — דאם "יתומים הויז", א גרויס 3־שטאקיק הויז, איינגעארדענט לויט דער לעצטער טעכניק, מיט אלע נויטיקע איינריבטונגען וואס א מאדערן קינדער־היים דארף האבן. די דייטשן האבן פארוואנדלט דאם הויז אין א טרערן אינזל פארן זאגלעמביער יידענטום; עס האט געדינט ווי א דורכגאנגס־לאגער פאר אלע בענדינער יידן קיין אושוויץ. ־- 118 -

passage_ca2aaa800e2f933bdaf0d1f8