ב. זבדנרת ל. ל./די צווייטע און דריטע עליה און בענדער פון חלוצים •י■ ענדיִן איז געלעגן נישט ווייט פון צוויי גרענעצן: די רוסיש־ 1■■ דייטשע און רוסיש־עסטרייכישע! א דאנק דעם איז די שטאט פון שטענדיקן געוועזן אן ארט, ווו דער גרעסטער טייל פון די דורך דער צארישער מאכט פאליטיש פארפאלגטע האבן געפונען א צייט־ ווייליקן מקובדמקלט, און א פונקט דורך וועלכן זיי פלעגן אריבער שמוגלען די גרענעץ, וועד קיין ווין, ווער אין דער שווייץ. געוועזן פראפעסיאנעלע שמוגלערם, וועלכע האבן געלעבט פון דעם, געוועזן אויך א גרופע פועלי־ציון חברים, וואס האט זיך "ספעציאליזירט" אויף אינעם אריבערשמוגלע ן קיין אויסלאנד סאציאליסטישע טוער. לייב טראצקי, וועלכער איז אנטלאפן פון רוסלאנד, איז א גע־ וויסע צייט געזעסן אין בענדין ביז ער איז אריבער די גרענעץ. יוסף שפרינצאק איז אין יאר 1905, אויף זיין וועג קיין ארץ־ישראל געוועזן אין בענדין, ווו ער איז אויך געוועזן ארעסטירט אין דער שטאטישער תפיסה. בער באראכאוו מיט זיין פרוי, יצחק, בן־צבי, מאיר יארבלום, די פרוי פון יצחק טאבענקין, חאזאנאוויטש, זרובבל, בלאך־בלומענ־ פעלד און נאך א גאנצע רייע טוער פון פארשידענע סאציאליסטישע גרופירונגען זענען אריבער די גרענעץ אין די יארן 1905—1907.
שלמה צמח באשרייבט אין זיין בוך "בראשית", ווי אזוי ער איז אין יאר 1904 אריבער די גרענעץ קיין ארץישראל. אויך נאך ערשטן וועלט קריג, גלייך נאד דער באלפור דעקלאראציע ווען ס׳האט זיך אנגעהויבן די גרויסע ציוניסטישע אויפלעבונג באוועגונג. איז בענ־ דין געווען א באזע פאר די צענדליקער גרופן פון חלוצים פון רום־ לאנד און פוילן, וועלפע זענען געווארן באזארגט ביי אונז אין שטאט מיט עסן, באקליידונג און דאקומענטן, און געשיקט דורך דער גרענעץ ווייטער, קיין ווין און טריעסט. נישט קיין ווונדער, וואס בענדינער חלוצים האבן אנטייל גע־ נומען אין אלע עליות. אין דער צווייטער עליה, אין די יארן 1907/5', איז געפאן א גרופע פון 10 יוגנטלעכע בענדינער. דאס זענען גע־ ווען: אליעזר האנזפעל, אריה שווייצער. משה שטיינפעלד־שהם, יוסף קאלחשינסקי־אריאלי די ברידער דב און שלמה שניידעתזאן, די !שוועסטערס שרה און מלכה האנזפעל את די שוועסטערס שרה און חנה שניידערנואן.
באזונדערס איז ווערט צו באמערקן די צוויי גרופן בענדינער בחורים, וועלכע האבן אין יאר 1918 זיך געלאזט קיין ארץ ישראל — און היסטאריש דאטירט זיך טאקע דער אנהויב פון דער דריטער עליה מיט אט די 6 בענדינער, וועלכע זענען דעם 12.12.1918 אנגע־ קומען קיין יפו. די ערשטע גרופע איז באשטאנען פון ישראל אפענה־ היים, סענדע ר לובלינג, יעקב לאסקער, יצחק האנדלסמאן, קובא זשמיגראד און דוד נזייטליס. צו דער צווייטער גרופע האבן געהערט: די ברידער משה און יעקב ראטענבערג, דער מאלער אברהם גאלד־ בערג, מרדכי ווינער, הערשל טענענבוים, יוסף זאבוסקי, ׳שמואל א גרופע בענדינער חלוצים פון דער 3־טע עליה קבוצת חלוצים אנשי העליה השלישית ממדין. פון רעכטס: עס שטייען אפענהיים, זעלינגער, פעלדבערג, מייטליס, וויינשטק. ליווער, יהודה פרעגער, טראפאוער און אנדערע, וועלכע מ׳האט גערופן ״די 105״.
די ערשטע גרופע האט זיך געלאזט דורך א ווייטן וועג — לעט־ בערג, אדעם, טערקיי, ביירוט, יפו! דאקעגן איז די צווייטע גרופע גע־ פארן דורך ווין — טריעסט. עס האט זיך ארויסגעוויזן, אז דווקא דער ווייטער וועג איז געווען דער קורצער, און עס געלונגען די 6 חלוצים, דורך שווערע שטרויכלונגען, אין דעם גרויסן כאאס וואס האט דאן געהערשט אין פוילן — אנקומען די ערשטע אין לאנד. עס איז געווען א העלדישקייט פון די 6 בחורים, וועלכע האבן זיך געלאזט אן דאקומענטן צווישן צוויי פייערן, דעם פוילישן און אוקראינישן מיליטער, און זיך געריסן: מיט אלע מיטלן ווייטער און ווייטער, אויף דעם אנגעצייכנטן וועג, נישט אפשטעלנדיק זיך צוליב דער גרויסער געפאר צו ווערן ארעסטירט, אדער צו פאלן פון פוילישע און אוקרא־ ינישע קוילן. עס געלונגען זיי במשך פון 43 טעג אנצוקומען קיין ארץ־ ישראל. אלע זענען זיי געווען קינדער פון פארמעגלעכע עלטערן, האבן פארלאזט איינגעפונדעוועטע היימען קעגן דעם ווילן פון די עלטערן, געטריבן דורך דעם חלוצישן גייסט פון וועלן אויפבויען דאס לאנד. מיר גיבן דא די איינדרוקן פון די אנטיילנעמער אין דער 3־טער עליה: ישראל אפענהיים, שמואל ליווער, אין יידיש און יעקב לאסקער אין העברעאיש. - 120 -