Original scan
Original memorial-book scan 126
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-886

פארן ביז אדעם. ערקלערט מען אונז אבער דארט, אז א צוג קיין אדעם גייט ערשט פון זשמערינקע, און מיר לאזן זיך ווייטער קיין זשמערינקע אין די פול געפאקטע וואגאנען. דעם וועג, וואס האט געזאלט נארמאל דויערן א שעה, זענען מיר געפארן א מעת־לעת און דערביי גוט צוגעהונגערט. אין זשמערינקע הויבט זיך אן א נייע צרה: נישט געווען מעגלעך צו באקומז\ן באן־קארטן. מיר האבן נאר באקומען איין באן־בילעט פון ערשטן קלאם. נישט האבנדיק קיין אויסוועג, באשליסן מיר צו פארן אויף "גאפע". דעם באן־קאנדוקטאר האבן מיר באצאלט צו 50 רובל פאר א פערזאן, און ער פארזיכערט, אז ער וועט אונז אפשטעלן אין אדעס. ביים אריינגאנג אין צוג איז געווען אזא געדראנג, אז מיר האבן זיך אלעמען פארלוירן. אנקומענדיק קיין אדעס האבן מיר זיך ווידער אלע צונויפגעטראפן. און עס האט זיך ארויסגעוויזן, אז האנדעלסמאן איז געבליבן אין זשמערינקע.

passage_a821a5c6024b7b75526d643c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 888-2111

נאך דעם זעלביקן טאג, דעם 17/11, האבן מיר זיך געווענדעט צו מנחם מענדל אוסישקינען, וועלכער האט אונז דערקלערט, אז דערווייל זעט ער נישט קיין מעגלעכקייטן צו פארן קיין ארץ ישראל. צומארגנס זענען מיר געגאנגען אין פאלעסטינא־אמט, אבער אויך דארט האט מען אונז נישט געגעבן קיין האפנונגען, מיר ווענדן זיך צו ביאליקן, וועלכער האט אונז געגעבן צוויי בריוו: צו אוסישקינען און צו די צעירי־ציון, אבער אויך די רעקאמענדאציע בריוו האבן ווייניק אונז דערנענטערט צום ציל. דערווייל זענען מיר געבליבן אן געלט. אין אדעם האבן מיר געטראפן א גדופה פון 9 עולים וועלכע האבן שוין געזאלט אפפארן מיט דער נעקסטער שיף, זיי האבן אונז געבראכט צום אוקראינישן אוי־ בער־נאטשאלניק, וועלכער האט אונטערגעשריבן אונזערע פעסער מיט דער דערלויבעניש ווייטער צו פארן. דאן האבן מיר אויסגעפו־ נען אין פארט א לאסט־שיף און נאך פיל מיאון אונטערהאנדלונגען מיטן קאפיטאן — האט ער אויסגעדריקט זיין גרייטקייט אונז מיטצו־ נעמן קיין טערקיי. מיר האבן זיך געזעגנט מיט ביאליקן, וועלכער האט אונז זייער פיל געהאלפן אין אדעם. דעם 21/11 זענען מיר ארויף אויף דער שיף, וועלבע האט אונז געבראכט נאך א פארטאגיקער רייזע קיין קאנ־ סטאנטינאפאל.

passage_bee5ea271c375606352b85e9
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2113-2732

אונזער "אויסערן מיניסטער" יעקב לאסקער, האט זיך געמאלדן ביי דער טערקישער מאכט מיט די פעסער. מיר האבן אנגעגעבן, אז אונזערע עלטערן געפינען זיך אין ארץ ישראל און אז מיר זענען געבוירן אין יפו. אזוי ארום באקומען מיר די איינרייזע־ערלויבע־ ניש קיין ארץ־ישראל. 19 טעג האבן מיר געווארט אין טערקיי, ביז עס איז אונז געלונ־ גען נאד שווערע אנשטרענגונגען און מיט צו באקומען אן ארט אויף א לאסט שיף, וועלכע האט אונז געבראכט קיין ביירוט, און דעם 12.12.1918 האבן מיר געאנקערט אין יפו. שמואל ליחער / זכרווזת פ!ן דער דריטער עליה (פון בענדי ן ביז תל־חי)

passage_5d552f3b541271999707b977
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2734-3794

ין דער זעלבער צייט ווען ס׳זענען פץ בענדי ן אפגעפארן די 1% ערשטע חלוצים דורך לעמבערג—אדם: ישראל אפענאהיים, יעקב לאסקעד (ביידע אין ישראל), קובאזמיגראד, סענדע ר לובלינג, יצחק האנדעלסמאן, דוד מייטליס (אלע אומ־ געקומען) און אישעק בירנצווייג (בארי) (געשטארבן אין ישראל אין 1957), זענען מיר 8 בחורים, א פאר טעג שפעטער, אנהויב נאָוועמבער 1918, זיד ארויסגעלאזט דורך א צווייטן וועג קיין ארץ־ ישראל. די 8 זענען געווען אברהם גאלדבערג, (תל־אביב) מרדכי וויגער (ירושלים) יהודה פרעגעיד (קרית־מוצקין), שמואל ליוער (חיפה), די ברידער משה און יעקב ראטענבערג (גע־ שטארבן אין פאריז), שמואל טראפאוער און שלמה זאבאטצקי? מיר זענען געפאָרן קיין ווין און פון דארט קיין טריעסט. די ערשטע גרופע וואס איז אנגעקומען קיין טריעסט מיט דער האפנונג צו געפינען א שיף קיין יפו. דורך די דריי חדשים וואס מיר האבן געווארט אין טריעסט, האבן זיד דא צונויפגעזאמלט א 60 חלוצים פון בענדין, סאסאנאוויץ, מאג־ זשעוו, לאדזש, ראדאם און פיאטרקאוו.

passage_cf7e329c9bc4162ce5938f39
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 3796-4377

אונזערע באמיונגען זיך ארויפצובאקומען אויפ א שיף האבן זיך נישט איינגעגעבן, צוליב דער מלחמה צווישן ענגלאנד און טערקיי. מיר האבן אויד נישט באקומען קיין דאקומענטן פון דער איטאליעני־ שער רעגירונג, וועלכע האט געקוקט קרום אויף אלע געוועזענע רוסישע בירגער ווי אויף באלשעוויקעס. ערשט א דאנק דער הילף פון ראבינער חיות, וועלכער איז ספעציעל געקומען צו אונז קיין טריעסט און דער מיטהילף פון ד״ר צעלמייס טעד (א פערזעג־ לעכער פריינד פון ד״ר הערצל), איז געלונגען ארויסצובאקומען פון שפאנישן קאנסולאט פאר אונז נאנסן־פעסער.

passage_9b320d512a24fea9ffb8939d
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 4379-5752

ערשט דאן האבן מיר זיך געקענט פרי באוועגן. באקומענדיק א באגלייט־בריוו פון טריעסטער ראבינער פארן מיר ווייטער קיין גענוא, און מיר ווענדן זיך צום דארטיקן ראבינער וועלכער נעמט אונז אויף זייער קאלט, ווייל ער האט מורא געהאט אז מיר זענען קאמוניסטן. באין ברירה פארן מיר ווייטער קיין רוים. פרייטאג נאכמיטאג זענען מיר אנגעקומען קיין רוים, נישט געקענט די שפראך, נישט געהאט קיין אדרעס צו וועמען זיך צו ווענדען. צוויי איטאליענישע יידן האבן אונז דערקענט אלס יידן, אבער די איינציקע ווערטער וואס זיי האבן געקענט מיט אונז רעדן זענען געווען "שלום", "שבת" און "כשר". מיר האבן זיך דערשלעפט ביז דער גרויסער שול, און זיך אוועקגעזעצט אויף די איינגאנגס־טרעפ. דאס איז געווען פאר קבלת שבת. באלד האבן אנגעהויבן קומען די מתפללים וועלכע האבן נישט פארשטאנען וואס דא קומט פאר, און ווער מיר זענען. מיר האבן זיי אויפגעקלערט אונזער ציל און פארלאנגט רעדן מיטן הויפט־ראבינער, וועלכער האט אונז אבער נישט געוואלט אויפנעמען, נאר פארלאנגט מיר זאלן אים שריפטלעך איבערגעבן וואס מיר פארלאנגען. נאד פיל מי האט דער ראבינער מסכים געווען צו רעדן מיט אונז טעלעפאניש. עדש ט זונטיק טרי האט אונזער חבר ספיר, וועלכער האט געקענט פראג־ צויזיש, גערעדט מיטן ראבינער דורכן טעלעפאן און געבעטן הילף פאר דער גרופע חלוצים צו פארן ווייטער קיין ארץ־ישראל.

passage_fded0bafe126f43642b84a4a
Passage 7normalized OCR · source chars 5754-5761

" 122 -

passage_93e0b67f0b5b7088cac6e171