ארגאניזאציע, וועלכע האבן אונז געבראכט מצות. מיר ווערן אייג־ געלאדן צום סדר וואט די קאהירער יידן האבן איינגעארדנט פאר די זעלנער פון "יידישן לעגיאן". צומארגנס פארן מיר ווייטער קיין קאנטינא און פון דארט דורכן מדבר סיני, אין אפענע וואגאנען, קיין רפיח. דעם צווייטן טאג חול המועד פסח זענען מיר אנגעקומען קיין יפו. אלם חבר פון "אחדות־עבודה" האט מיד די פארטיי געשיקט קיין כפר־גלעדי. חבר שניאורסאן פון כפר־גלעדי איז געקומען נאד אונז מיט א וואגן איינגעשפאנט אין פרדות; 4 בחורים אין איין בחורה, זענען מיר געפארן 3 טעג. אין כפר־גלעדי איז דאן געווען נאר איין הילצערנער צריף, איינגעטיילט אין צוויי טיילן — אין איינעם ׳ זענען געווען די בהמות, און דער צווייטער האט געדינט פאר א חדר־אוכל און מזכירות, און ביי נאכט — פאר א שלאף־רוים. ערשט נאדא פאר חדשים פון מיין זיין אין כפר־גלעדי, איז אונז געלונגען צו באקומען א פאר פונד און מיר האבן געקויפט ביי די אראבער פון חולתא ראגאזשעם, פון וועלכע מיר האבן אויפגעשטעלט א פאר ביידלעך. עס האט זיך אונז דאן אויסגעזען אז מיר לעבן ווי לארדן...
וועןעםהאבןזידאנגעהויבןדיאראבישעאנפאלןאויףתל־־חי , זענעןמיר , א גרופע חברים , געשיקט געוואר ן קיי ן תל־ח י צ ו חיל ף די דארטיקע חברים . אזוי האב ן אוי ך אי ך או ן משה ראטענבערג , צוזאמען מיט 30 חברים , אויסגעטראגן דעם בלוטיקן אנפא ל אוי ף תל־חי. ווען טרומפעלדאר איז פארווונ ד ע ט געווארן , האב ן מי ר גע * מאכט א טראג־בעט פון קאצן , או ן אי ם גענומע ן איבערפירן קיי ן כפר * גלעדי , אבער צווייהונדער ט מעטער פא ר דע ר קבוצה איז ער גע * שטארבן. מיר קערע ן זיד צוריק דיזעלבע נאכט קיי ן תל־חי , פון וואנע ן מיר האבן ארויסגעצויגן די געפאלענע חברים און שפעטע ר אוי ף דע ם לעבעדיקן אינווענטאר . צולעצט האבן מיר זיך צוריקגעצויגן אויפ א בערגל , און צוויי חברים אונזערע האבן אונטערגעצונדן תל־חי . איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן די נאכט ווען כ׳בין געליגן בי י דע ר זייט פון שניאורסאנען ; און ווען תל־ח י האט אנגעהויבן צו ברענען , האט שניאורסאן אויסגעשריגן : ״תל־ח י איננה ״ ! — דא ם אי ז געווע ן דע ר געשריי פון דעם גאנצן ישוב . דוד אבייםוח □ / !•ב ן בענדינער חל1צי □ פארן מיט אן אויטא קיי ן ארץ־ישרא ל
■יי■ דרך כלל איז בענדי ן געווען א פיאנער אויף דער יידישער גאס 41■ אויף א ריי געזעלשאפטלעכע געביטן, ס׳איז דעריבער נאטירלעך, אז אויב אין דער צווייטער עליה האט בענדי ן אנטייל גענומען מיט איינעם פון די ערשטע חלוצים־גרופן, זענען אין דער דריטער עליה די 6 בענדינער בחורים געווען די ערשטע וועל־ כע האבן געעפנט די דריטע עליה. צו זיי דארף מען צורעכענען די 7 פון יאר 1932. די איינציקע אין פוילן וועלכע האבן זיך אונטער־ גענומען צו פארן קיין ישראל מיט א קליינער מאשין, נישט קוקנ־ דיק אויף די גרויסע שוועריקייטן מיט וועלכע אזא רייזע דורך גרע־ נעצן און לענדער איז געווען פארבונדן. די רייזע פון די 7 חלוצים איז געווען איינע פון די שענסטע פראפאגאנדע־רייזעם פארן ציוניזם אין דער דאמאלסטיקער צייט, אומעטום ווו זי זענען נאר אדורכגעפארן האט מען זיי ווארעם אויס־ גענומען, און נישט נאר די יידישע באפעלקערונג נאר אויך ספארט־ לער פון אלע פעלקער. אפשר א דאנק דעם איז זי טאקע געלונגען דערגרייכן זייער ציל. די רייזע איז נישט געווארן פינאנסירט דורך קיין שום אינסטיטוציע, נאר דורך די 7 איינטיילנעמער — חלוצים אליין.
אויפגעקומען איז דער געדאנק ביי איינעם פון דער גרופע, וועלכער איז שוין געווען אין ישראל, און צוליב א קאנפליקט מיט דער אראבישע און ענגלישע פאליציי געמוזט פארלאזן דאס לאנד. דאס איז געווען דוד האניגמאן ז״ל, וועלכער האט זיך געוואנדן צום שרייבער פון די שורות, אלס פארוואלטונגסמיטגליד פון ספארט־פאריין "הכה", וועלכער האט איר געשטעלט אין פארבינדונג מיטן וועלט־פארבאנד פון "מכבי" אין פוילן און געבעטן זייער אוג־ טערשטיצונג פאר דער רעאליזירונג פון דעם געדאנק; דער וועלט־ פארבאנד "מכבי" אין ווארשע האט אין פרינציפ מסכים געווען אויפן פלאן, מיט דער באמערקונג, אז די רייזע קענען די איינטייל־ נעמער מאכן נאר אויף אייגענע אחריות.
עם האט געדויערט א געוויסע צייט ביז ס׳זענען אויסגעקליבן געוואָרן די געהעריקע קאנדידאטן. דאס זענען געווען: דוד האניגמאן (געשטארבן אין ישראל), זיין ברודער שמעון האניגמאן, קלמן האניגסאן, אריה נוייטליס, משה גאלעק און צוויי פון סאסנאוויעץ — יחזקאל שטייניץ און ארנאלד וואקסבש־ג (אלע אין ישראל). אנגעטאן אלע איינהייטלעך, זענען די 7 אין א "מערצעדעם" אויטא דעם 4־טן דעצעמבער 1932 ארויסגעפארן פון בענדינער "הכה" פלאץ באגלייט דורך עטליכע טויזנט יידן, מיט א בלוי־ווייסע פאן קיין ישראל. די ערשטע נאכט האבן זיי פארבראכט אין קראקא, ווי זיי זענען ווארעם אויפגענומען געווארן דורך דער ציוניסטישער ארגאניזאציע און דעם דארטיקן יידישן ספארט־פאריין! פון דארט זענען זיי דעם צווייטן טאג געפארן קיין ביליץ אין מעריש־אסטרו צו דער טשעכישער גרענעץ. דא זענען זיי אפגעווארט געווארן דורך פארשטייער פון וועלט־פארבאנד "מכבי" אין טשעכאסלאוואקיי, מאכס ווסבער, וועלכער האט זיי באגלייט ביז ברין, ווי זיי זענען געשלאפן אין סטודענטן־היים. אומעטום זענען זיי געווארן ענטוזיאסטיש אויפגענומען, פראסניץ, ווישאו, אלמעץ, ווי זיי האבן געהאט דעם ערשטן עקסידענץ מיט דער מאשין, פארנדיק בארג ארויף. פלוצלונג האט זיך די מאשין געלאזט אויף צוריק און זיך אייגגעהאלטן ביי א בוים, ווען נישט וואלטן זיי זיך אראפגעקייקלט אין א תהום פון א פאר הונדערט מעטער. אפקומענדיק מיט לייכטע ווונדן, האבן זיי אויפגעזוכט דעם סאלטים פון דארף, וועלכער האט זיי געהאלפן, אריינגענומען צו זיך אויף נאכט און זיי געגעבן עסן. צומארגנם, נישט געפונענדיק קיין גאראזש, האבן זיי אריינגעפירט די מאשין אין א פוילישער קוזשניע, אליין זי פאראכטן — און
- 124 -