לשבח זאלן דא דערמאנ ט ווערן די פעלדשער הארטמאן את ״אבלע׳ פעלדשער", וועלכע האבן אויך דאמאלסט פראקטיצירט. ערשט אין די שפעטערדיקע יארן איז געקומען קיין בעגדין הערמאן שער, א וווילער ייד און א משכיל, ולאם איז געווען אנגענומען ביי די יידישע מאסועלם א גוטער פעלדשער צוליב זיין מבינות און בקיאות. ער האט אליך געשריבן אין די בענדינער צייטונגען. געווען אויך א נישט יידישער פעלדשער, קשימאווסקי, אן אוהב ישראל, א מענטש מיט פראגרעסיווע אנשויאונגען. פון ארעמע קראנקע האט ער נישט גענומען קיין געלד און זיי אפילו געגעבן מעדיקאמענטן אן אפצאל. * אין בענדיִן האט דאמאלסט פארנומען דעם כסא רבנות דער בא־ קאנטער רב ר׳ יששכר בעריש גרויבארט ז״ל, א באקאנטע פערזענ־ לעכקייט אין דער רבנישער וועלט. איך געדענק איבו גאנץ קנאפ. עם דערמאנט זיך נאר די ריזיקע לויה און די באלאגערט גאסן פון שטראמענדיקע מענטשען מאסן, וועלכע האבן זיך געשטויסן פאר־ אולם, כדי צו זיק נאענט צום ארון.
ער איז געווען באליבט ביי אלע טיילן פון דער באפעלקערונג צוליב זיין טאלעראנץ לגבי יעדן, אפילו אין באצוג אויף די "פרייע", וועלכע האבן זיך אנגעהויבן דאן צו קליידן אויפץ "דייטשישך שטיי* גער: מיט א דריי־פערטל ראק, מיט מאנזשעטן אין העמד, מיט א שטייפן קאלנער און א „שניפס". דער אויסערלעכער לבוש איז נישט געווען ביי אים דער עיקר, באשר ביי אים האבן דאמינירט דאס הארץ און גוטע מעשים פון יעדן איינעם, ער איז געווען בדרך כלל א גרוי* סער מקל, און נישט קיין קפדן אין פסקנען דינים, און זיך באמיט תמיד אפצוהאלטן פון איבעריקע אסורים, כדי נישט צו באשווערן די באפעלקערונג, וואס מיר לערנען אויך פון זיינע ספרים און מאמרים.
פון א בריוו וואס הר ב גרויבארט ז״ל האט געשריבן צו זיינעם א ידיד דערוויסן מיר זיך, אז פאר דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווען מאשין־מצות אויף פסח זענען געווען כמעט א זעלטנהייט אין פוילן (א ח ח קראקע און גאליציע וואס האט געהערט צו עסטרייך), האט ער געגעבן זיין הסכמה און היתר אויף די דאזיקע מאשין־מצות. אונטערן דרוק פון רעליגיעזע־ראדיקאלע ספערן און חסידים פון בענדין, וועל־ כע האבן געהאלטן, אז מצות פראדוצירט דורך מאשינען און נישט געקנעטעט מיט די הענט און נישט געבאקן אין אויוון אונטער א ספע* ציעלע השגחה פון משגיחים, זענען נישט כשר — איז דער רב נישט געקוקט אויף זיין קאמפעטענץ און אויטאריטעט געווען געצווונגען, כדי נישט צו פארשארפן די באציאונגען, מוותר צו זיין אויף זיין אנטשלאסענעם היתר און געאסרט די מאשין מצות, וואס ס׳האט אים געקאסט פיל געזונט. אזעלכע פארשארפטע און אומאנגענעמע שפאנונגען האט ער גע * האט אויסצושטיין די והותר, אבער ער האט געמוזט דאס אלץ פארליב נעמען צוליב שלום בית און צו פארמיידן ביי ז בלוט. וועגן הרב גרויבארט ז״ל האב איך זיך אנגעהערט פיל עפיזאדן, וואס מ׳האט דערציילט אין שטאט, וועלכע אנטפלעקן חכמה און פארשטענדניש פארן פאלקס־מענטש. אט איז איין מעשה:
אן ארעמער יידענע האט זיך אפגעשפארט עטליכע צענדליק קאפיקעם און געקויפט א הון אין א געווענלעכן טאג (א פארגעניגן וואס זי האט זיך געקענט ערלויבן נאר לכבוד א יום טוב) פאר איר שוואכן און קראנקן מאן, כדי אים צו דערהאלטן ביי די כוחות, מיט א ביסל זום און א שטיקל ווייס פלייש, אויפן באפעל פון א רופא. ווען זי האט כשר געמאכט די הון האט זי באמערקט, אז די גאל איז נעלם געווארן... האט זי געמאכט א ויצעקו. ווייל זי האט געוווסט דעם דין, אז א הון אן א גאל איז טריפה. א ציטערדיגע איז זי געלאפן צום רב פארענטפערן א שאלה. דער רב. זעענדיק די באומרויקטע און פארוויינטע יידענע, האט געהאט מיט איר מיטלייד. "אפשר האט זיך אייך נאר געדאכט, אז די הון האט נישט געהאט קיין גאל?, פרוווט נאר אבצולעקן די הון, אויב וועט אייך זיין ביטער, איז עס א סימן, אז די הון האט געהאט א גאל, נאר איר האט זי פארזען — דאן איז זי כשרן און אויב איז די הון, חלילה נישט ביטער — איז זי טאקע טריפה".. . די יידענע, וועלכע איז געווען איבערצייגט אין איר טענה, איז אריינגעפאלן אין פארצווייפלונג און מיואשדיק געמורמלט: וואס וועל איך יעצט טון, טייערער רב? אוי ווי ביטער מיר איז 4. , אויפכאפענדיק דעם ווארט "ביטער". האט דער רב גלייך געפסקנט: די הון איז דאך כשר 4. . *
די רביצין דבורה גרויבארט עליה השלום, די אלמנה פון גרויסן בענדינער רב זצ״ל, איז געווען א קלוגע און איידעלע פרוי, פון די זעלטענע פרויען־טיפן, וואס בענדי האט פארמאגט אין יענע גוטע צייטן פאר דער פארטיליקונג. זייענדיק א יינגל פלעג איך באזוכן איר וווינונג אין שליחות פון מיין פאטער צוויי מאל אין יאר — פורים און אין חנוכה, און גע־ בראכט איר שלח־מנות און א חנוכה־געשאנק. יעדעס מאל האט זי שיין געדאנקט, גוטהארציק געשמייכעלט, געפרעגט מכוח משפחה * ענינים און געווען נייגעריק צו וויסן ווי־אזוי כ׳לערנט אין חדר. ביים געזעגענען זיך האט זי מיר בנעימותדיק געגלעט און מיך געבענטשט, אז טאטע־מאמע זאלן קלייבן פון מיר פיל נחת און כ׳זאל זיין א גע* טרייער און ערליכער ייד. , איר מאיעסטעטיש אויסזען, דאס בלייכע געזיכט אויף וועלכן ס׳האט גערוט די שכינה, די בליצענדע קופקע באפוצט מיט אימי* טירטע פערל און בריליאנטלעך, איר מוטערלעכע באנעמונג מיט יעדן איינעם — דאס אלץ האט פארכאפט מיין יונגע נשמה. איר געשטאלט שטייט פאר מיר, ווי כ׳וואלט זי ערשט געזען, נעכטן, הגם ס׳זענען שוין פארלאפן זינט דאמאלן איבער 40 יאר. אין בענדי האט מען דערציילט א געשיכטע, וואס כ׳האב זי געהערט פון מיין מאמען זכרונה לברכה. און אזוי איז געווען דער ספור המעשה:
א יידענער פון אונזער שטאט פלעגט ארומגיין צווישן די יידישע באלעבאסטעס, צונויפנעמען זייערע גענז און קאטשקעס, געגאנגען מיט זיי צום שוחט, דאן געפליקט די פעדערן און גערייניקט. די מלאכה איז נישט געווען קיין לייכטע, אבער וואס טוט מען נישט פאר פרנסה. איר מאן, א מטופל מיט א האלבן טוץ קינדערלעך, האט נישט בא * וויזן אהיימצוברענגען די בידנע פרנסה אין שטוב אריין, אזוי אז זיין ווייב איז אים געווען א ן עזר כנגדו. ביידע האבן געהארעוועט און נישט געוואלט זיך באגנוגענען בלויז מיט א שטיקל ברויט און א גע * קעכץ פון קארטאפל און פערל־גרויפן, ווייל פונוואנען זאל מען נעמען אויף שפענצערלעך און שיכלעך פארן קליינווארג און אויף שכר־לימוד פארן מלמד, אויף א נד ר און סתם צדקה און אן אורח אויף שבת, דען לא על לחם לבד יחיה אדם.. , אזוי האבן ביידע קוים קוים ארויסגעצויגן די שוואכע חיונה, א ץ מען וואלט שוין אזוי אויסגעלעבט די יארן, ווען נישט דער שטן המקטרג, וואס האט אנגערעדט אונזערע יידענע מיטן כח הטומאה, אז - 129 -