מאנדזשעוו (א סייערער ייד געווען, ממש א צדיק מיט אלע זיינע רמ״ח אברים) האבן מיר אריבערגעפירט די גרענעץ אן א פאס, ווייל זיי זענען געווען מיט דער וואך "קגעפל שבקנעפל". כדי אויסצומיידן אן אומארדנונג אין דער שטאט איז געווארן געגרינדעט א מיליציע פון יידן און קריסטן. מיד האט שטארק בא* איינדרוקט מיינער א פעטער, שאול פ ר י ד ל ע ר ז״ל (דער געווע* זענער אינהאבער פון קינא "נאוואשטשי") וואס איז געווען א מילי* ציסט און געטראגן אויפן ארעם א באנה א פייפערל ארומגעהאנגען אויפן האלז און א נאגייקע אין דער האנט. ער איז אנגעגאנגען אין מיינע אויגן ווי עפעס א גבור... דער קאמיסאריאט פון דע ד מיליציע האט זיך געפ1נען אין אונזער געסל, אין ר׳ איציק הערש מייטלס הויז, דער ערשטער באנק־באזיצער אין בענדין, וואס שפעטער האט עס אפגעקויפט דער באקאנטער אייון־סוחר העשקא מערין, — דארט ווו סי־איז געווען די געזעלשאפט "לינת החולים" ביז איר איבערציען זיך אין אייגענעם בנין.
צוליב מאנגל אין דירות פאר העכערע מיליטער־לייט, האט מען ביי יעדער משפחה מיט א גרעסערער וווינונג רעקווירירט א צימער כדי איינצוקווארטירן א הויך־ראנגיקן מיליטער־מאן. אויך ביי אונז איז איינגעשטאנען א אפיציר פון יידישער אפשטאמונג, מיט וועמענס לאנגער בלאנקענדע שווערד וואם איז געווען גרעסער פון מיך איך האב זיך ליב געהאט צו שפילן. קיין רעה האבן מיר פון אים נישט גע'האט. להיפך — גאר טובות, ווייל ער האט אונז פארזארגט מיט פרא־וויאנטן, באשר עס איז געווען א מאנגל אין שפייז־פראדוקטן, וואם מען האט צוגעטיילט אויף קארטן. צו קאארדינירן די גערעכטע צוטיילונג פון לעבעגנדמיטל אין אנשטאנען א צענטראלער שטאטישער אפראוויזאציאנס־קאמיטעט, וואס איז באשטאנען אויסשליסלעך פון קריסטן. די יידישע באפעלקערונג האט געמוזט שטיין שעהן לאנג אין די רייען פון יידישן קא־מיטעט אין שעכט־הויז, כדי צו באקומען די צוגעטיילטע פארציעס.
דאס שווארצע ראזעווע ברויט איז נישט געווען מעגלעך צו עסן, ווייל עס איז געבאקן געווארן פונם שלעכסטן אפגעפאלענעם מעל מיט א מישונג פון שטרוי און כל מיני פסולת. יא, ס׳איז געווען א שווארצער מארק, ווו מ׳האט באקומען אלץ, פון כל־טוב, אבער מען האט געמוזט זיין רייך ■ ווי קרח, כדי צו באצאלן די אויפגעשרויפכטע פרייזן. פוטער, אייער, מילך, פלייש און גרינם איז געווען זייער טייער. די אויפגעקומענע עשירים האבן זיך געקענט פארגינען, אבער די ברייטע פאלקס־שיכטן האבן ממש נישט געגעסן צו דער זעט. די רעזולטאטן פון אונטערדערנערונג האבן נישט לאנג געלאזט אויף זיך ווארטן. עס זענען אויסגעבראכן און געבושעוועט אנשטעקענדיקע קראנקייטן און מגפות. ווען ביי א משפחה איז זיך פארלאפן א בויך־אדער פלעק־טיפוס, האט מען דאס גאנצע הויז איזא* לירט, דעם מסוכנדיקן חולה אוועקגעפירט אין א ספעציעלן שפיטאל אונטער דער שטאט, ווו די באדינגונגען און פלעג זענען געווען גאנץ קנאפע, אזוי אז דאס האט ממש אנגעווארפן אן אימודמוות. די דירות פונעם הויז זענען געווארן דיזענפעקציאנירט מיט קארבאל. די איינ־ וווינער און אלע שטובדזאכן האט מען אוועקגעפירט אין די "קאד* זשארניע", ווו מען האט זיי גוט אויסגעצוואגן אין קאכעדיקן וואסער. אפגעשוירן די האר פון קאפ — און די מלבושים אויסגעפארעט אין א ספעציעלען פארע־קעסל.
האנדלען אויף שווארץ איז געווען פארבאטן מצד דער שטאט מאכט, וואס איז ארויס מיט א לאזונג "וואלקא ז׳ליכוואך (קאמף מיט דער ליכווע). ווער עס איז איבערגעווען אויף דעם איסור און מ׳הא ט אים געכאפט ביי אן עבירה, איז אוועקגעשטעלט געווארן פאר א משפחה און באשטראפט געווארן. ס׳איז אויך שווער געווען מיט קליידונג און שוכווארג. דאס יונג־ ווארג איז ארומגעגאנען לרוב בארוועס, אדער געטראגן אויף די פיס "לאפטשעס", א מין סאנדאל פון האלץ מיט א רצועה. די בגדים זענען געווען גענייט פון שלעכטסטן שטאף, אפילו זעק־צייג. פון דער מלחמה־צייט געדענק איך נאך, אז דייטשע זעלנער זענען ארומגעגאנען פון הויז צו הויז און רעקווירירט מעשענע זא־ כן, ווי קלאמקעס פון טירן, ׳מערזשערם פןו ן קאווע, קיך־געשיה • הענגלייכטער, קאנדעלאברעס און בכלל יעדן חפץ אויסגעארבעט פון מעש, וואס איז געווארן געשמעלצט אויף אמוניציע. אינטערעסאנט איז, אז נישט קוקנדיק אויף דער דעפרע־ סיע צוליב די מלחמודגעשעענישן, האט די יוגנט געפונען א באשעפטיקונג אין פארשידענע פאריינען, וואס זענען דאמאלסט געגרינדעט געווארן און געהאט א שטארקן אויפשטייג: "השומר", "הכה" און "עבריה". אפילו די פאליטישע פארטייען, וועלכע זענען לעגאליזירט געווארן, האבן געפירט א אינטענסיווע טעטיקייט.
די העברעאישע לערער ראיזעניק/וויט, זילבערבערג, יאנאווסקי און חורגעל האבן געשאפן א דראמאטישע סעקציע, אין וועלכער עם האבן זיך באטייליקט עברית־רעדנדיקע יוגנטלעכע, איך בתוכם, פון וועלכע כ׳דערמאן נאר אייניקע: יהושע וויגאדזקי, איצט אין פוילן, דיכטער אין דער פוילישער שפראך, זיין ברודער לייבעק ויגאדזקי (זיין גורל אומבאקאנט, נאך זייענדיק יונג האט ער זיך געלאזן קיין רוסלאנד, און זינט דאן אנטשוויגן געווארן), שלאמעק ערליד (געענדיקט דעם חיפה׳ער טעכניקום, זיך אומגעקערט קיין בענדין, דארט אומגעקומען), אבראמעק ערליד (אויד אן אבסאלווענט פון חיפה׳ער טעכניקום, שטאט־אינזשינער אין חיפה), יעקב ווינער, וואס האט זיך אויסגעצייכנט מיט זיין שיינעם זינגען (אומגעקומען מיט דער גאנצער משפחה). אונזערע פארשטעלונגען זענען געגעבן געווארן אין "קארסא" זאל און האבן געהאט פיל הצלחה. דער רעפערטואר איז באשטאנען פון ״חנה ושבעת בניה״ (אם חנה — די דאמאלס גוט באקאנטע אנפירערן פון מיידלאך־גרופעס ביים "השומר", די טייערע און באליבטע אסתר לאם־קערט), א פורים־שפיל, שלום־עליכם׳ס איינאקטער־ זאכן, יצחק קאצענעלסאנם קינדער־פיעסן און נאך. אמאל איז זיך פארלאפן א מעשה, אז איינער פון אונז "שוישפי*
לער״הא ט באקומע ן אימ ת הצבו ר — או ן דא ס ווא ס ע ר הא ט געהא ט צו שפיל ן שפעטער , הא ט ע ר אפגעזאג ט פריער , פא ר דע ד ציים ׳ א ץ פארדרייט ד י יוצרות.. . דע ר סופלא ר א ן אויפגערעגטער , הא ט זי ך באמי ט אים צ ו דערמאנע ן ד י רא ל מי ט אז א הויכ ן קול , א ז מע ן הא ט אי ם געהערט אפיל ו אוי ף דע ר גאלעריע . דע ר עול ם הא ט אונזע ר מאדנ ע און מיאוס ע סיטואצי ע ניש ט פארשטאנען , אזוי , א ז מי ר זענע ן ארוי ם גאר בשלו ם או ן דערבי י נא ך גענאס ן פו ן גא ר שטארק ע אפלאדים ־ זגענטן.. אזוי לויפ ן יארן . ד י מלחמ ה גיי ט צ ו סוף . מ׳זע ט ע ם באשיימפערלעך , ווייל ד י ענגלענדע ר או ן ד י פראנצויז ן האלט ן א ם נצחונו ת אוי ף אל ע פראנטן. אי ן ד י גאס ן פו ן שטא ט שלעפ ן זי ך ארו ם אויסגעמאטערטע , הונגעריקע או ן אפגעריסענ ע דייטש־אונגאריש־עסטרייכיש ע סאלדא * טן. דע ר פלא ץ פו ן נייע ם מארק , וו ו מע ן פלעג ט אויפ׳ ן וואכנדיק ן יריד פארקויפ ן קיך־געשיר , שטוב־זאכ ן או ן מעבל , אי ז באלאגער ט מיט פארווונדעט ע זעלנער , איינגעהיל ט אי ן באנדאזשן . ייד ן — בנ י רחמנים דערלאנגע ן זי י עפע ם ,צ ו עסן , כד י צ ו דערהאלט ן זי י בי י דע ר נשמה או ן א "טעפעלע״־טי י(אונזער ע ספעציפישע ר יידי ש : "לעפעלע" , - 131