Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 139
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-642

עמעצן געכאפט, איז מען געווארן ארעסטירט און באקומען א קער־ פערלעכן שטראף, דהיינו — מלקות... אין 1906 האט דער "בונד" באשלאסן צו פייערן דעם ערשטן מאי, און קיין פאן האט מען נישט געהאט. וואס טוט מען? דריי חברים זענען אדיין אין גרויסן געשעפט פון פייגעלע חוה׳לעס אויפן אלמן מארק, אנידערגעלייגט דעם רעוואלווער אויפן טיש און גע־ פאדערט רויטן שטאף אויפ א פאן. דער ארגו!. " : ט פון רעוואלווער האט טאקע געפוילט און מען האט באקומען שטאף, וואס האט געקלעקט אויף עטליכע פאנען... אזוי האט מען זיך געפירט אויך ביי שטרייקן. אין בענדיִן איז געווען א "סטראזשניק" מיטן נאמען יאקוביק,

passage_133598aed19f026f33fcc949
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 644-1441

וואט האט א געווארפן אן אימהאויף אלע ארבעטער מחמת זיין רשעות און סאדיזם, ווען מען איז אריינגעפאלן אין זיינע הענט. אויס חשד, אז אלע יונגע בחורים זענען סאציאליסטן, איז ער סתם בא- פאלן יידן אין דער גאס און באפוילן זיי צו ווייזן די ארבע כנפות... ווער עס האט נישט געטראגן קיין "ציציות" איז עס געווען א סימן, אז ער איז א רעוואלוציאנער און פאר דעם באקומען שמיץ. דער דאזיקער מגידול יאקוביק האט באקומען דעם געהעריקן שטראף: אין א שבת־טאג איז געווארן אויסגעפירט איבער אים אן איבערפאל, און ער איז דערמארדערט געווארן פון א באמבע־אויפרייס. די קא־ זאקן האבן זיך געווארפן אויף דורכגייענדיקע רואיקע בירגער, וועל- כע האבן געאיילט א חיים, געשאסן אין די פענסטער, און אייניקע יידן זענען אומגעקומען פון די שיסערייען.

passage_bc082425b9a92de7f53bf7a2
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1443-2408

במשך פונדערצייט האבן זיך די יידישע ארבעטער־פאכן גאר שטארק אנטוויקלט. עס זענען געווען שניידער־ווארשטאטן וועלכע האבן באשעפטיקט צו 5 ארבעטער און מער. אויסער די לאגע פון אנדערע פאכן: קאנפעקציע, שטעפעריי, בעקעריי, שוסטעריי האט זיך פארבעסערט. א דאנק דעם וואס די ארבעטער זענען געווארן ארגא- ניזירט. די איינציקע "מיוחסים" וועלכע האבן זיך נישט געוואלט אויסמישן מיטן "פראסטן פאלק", זענען געווען די פארקויפער אין געשעפטן, וועלכע מען האט גערופן "סוביעקטך. א קליינער טייל פון זיי איז געווען ארגאניזירט ביי די פועלי ציון, און אנדערע האבן נישט געהאט קיין שום אינטערעס פאר ארגאניזאציע. אזוי דויערט עס ביז צום אויסברוך פון ערשטן וועלט־קריג, וואס האט דערפירט צו א קריזיס אין אלע פאכן אין עס איז נישט געווען קיין ארבעט. די ארעמקייט איז געווען גאר גרויס. עס אנטשטייט א יידישער לעבנסמיטל־קאמיטעט, אנגעפירט דורך די פני־העיר. ביים קאמיטעט ווערט געגרינדעט א ביליקע קיך.

passage_b3dda6895df7648972355b5d
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2410-3577

אין זומער . 1915 , האבן אייניקע מיטגלידער פון די פ . פ . ם . (לינקער פליגן ) : וואלטער שאלץ , האפס , סאמעק וויינציהער (דער ברודער פון סיים דעפוטאט , ד״ר סאלאמאן וויינציהער) , י . קאזלאווסקי און פדו י בעלא סוקעניק , צונויפגערופן עטלעכע ארבעטער פון שניי - דער־פאך: פישל , יחיאל לאנדער און די ברידער משה וואלף און יחיאל קאמינסקי , כדי צו שאפן א קרייזל , וואס זאל אנפירן אן אינטעלעקטועלע ארבעט . עס איז געווארן אויסגעארבעט א פראגראם פון רעפעראטן און לעקציעס , וועלכע זענען געהאלטן געווארן אין פויליש, וואס מיר האבן ווייניק געקענט . מיר האבן אויך געלערנט די פוילישע שפראך , די לערערין איז געווען פרוי בעלא סוקעניק . אונזער קרי׳־זל האט זיך מיט דער צייט אויסגעברייטערט , עס זענען צוגעקומען נייע מענטשן און מען האט געטראכט וועגן אן אייגענעם לאקאל. עס איז טאקע געגרינדעט געווארן א "טיי־האלע " די דער־ עפענונג איז פארגעקומען מיט א גרויסער "פאמפע" . די פארוואלטונג האט אויסגעארבעט א פלאן פון קולטור־ארבעט , און עס איז אויך געווארן באשלאסן צו געבן אומזיסט ברויט און טיי יעדן חבר פון דער "טיי־האלע" . די ארעמקייט איז געווען גרויס און אונזערע געלד־מיטלען — קליין .

passage_fa5f4cd9f817ba1db02fb606
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 3579-4629

מיר האבן זיך געוואנדן צום יידישן לעבענסמיטל־קאמיטעט און געבעטן א סובסידיע, כדי צו פארברייטערן אונזער ארבעט און ערטיילן אומזיסט אונזערע חברים אויך מיטאגן. אונזער ביטע איז אפגעווארפן געווארן, וואס האט באשווערט אונזער הילפס־ארבעט. מיר האבן ווייטער אנגעפירט די ארבעט לויט די מיטלען וואס זענען געשטאנען צו אונזער דיספאזיציע, ביז אין א שיינעם העלן טאג איז די "טיי־האלע" אויפגעלעזט געווארן דורך דער דייטשער מאכט, מחמת דעם וואס מען האט דארט געלערנט די פוילישע שפראך, — אבער די קולטור ארבעט איז ווייטער אנגעגאנען אינעם קרייזל. אין מערץ 1916 איז געקומען פון ווארשע דער בונדישער עסקען מאוריצי אזשעך, א מיטארבעטער פון די "לעבענספראגך, און געהאלטן א פארטראג אין קרייזל וועגן דער יידישער ארבעטער באוועגונג. נאך רעפעראט איז פארגעקומען א הייסע דיסקוסיע, אין וועלכער קאזלאווסקי האט געהאלטן א רעדע, וואס האט ביי אונז, יידישע ארבעטער. נישט נושח געווען, פילנדיק, אז מיר האבן מיט די אסימילאטארישע קרייזן קיין שום געמיינזאמע מער נישט.

passage_664736c1d92872557e9a9cc6
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 4631-5504

א חודש שפעטער איז ווידער געקומען צו אונז חבר קאן, און אויף א זיצונג מיט אים איז באשלאסן געווארן צו גרינדן אין בענדי דעם "בונד", וואס האט א געוויסע צייט נישט עקזיסטירט אין אונזער שטאט. גלייכצייטיק איז מיט דער מיטהילף פון פריינט בערקאוויטש פון סאסנאוויץ און ברוקנער פון דאמבראווע, געגרינדעט געווארן די בונדישע ארגאניזאציע אויר אין די צוויי זאגלעמביער שטעט. אינעם זעלבן יאר קומען פאר וואלן צום בענדינער שטאט־ראט, ווו דער "בונד" פירט אריין אלס ראטמאן דעם חבר פסחזאן, און דאן ווערט דערעפנט דער "גראסער־קלוב׳ / וועלכער האט אנגעפירט א קולטורעלע טעטיקייט. דער "בונד" גרינדעט פראפעסיאנעלע פאראיינען פון שניידער, שום־ טעים און בעקער. די פועלי־ציון ווידער — טרעגער־ און פארקויפערס־ פאריינען. דער "בונד" פירט אן א קולטורעלע ארבעט און לאדעט איין אנגעזעענע רעפערענטן פון ווארשע.

passage_e7d7a681d0c3a4490c0dcf9e
Passage 7OCR · respaced for reading · source chars 5506-6294

די רוסישע רעוואלוציע האט אריינגעבראכט א גרויסע אויפ־ לעבונג אויף דער יידישער ארבעטם־גאס. עס זענען פארגעקומען גרויסע מאניפעסטאציעס פון אלע ארבעטער ארגאניזאציעס, אין וועל־ כער דער "בונד" און פועלי ציון זענען געווען שטארק פארטרעטן. דער פוילישער ארבעטער האט געווארפן די לאזונג פון ארבעטער * און סאלדאטן ראטן, און די יידישע פאליטישע ארבעטער פארטייען זענען גערופן געווארן צו שיקן זייערע דעלעגאטן. פון די בענדינער פועלי־ציון זענען געווארן דעלעגירט 3 דעלעגאטן און פון ״בונד״_ 2 . הענריק פייערמאן און דער שרייבער פון די שורות . ווען פילסודסקי האט פונאנדערגעיאגט דעם ארבעטער־און סאל־ דאטן־ראט (1918 ) און די מענטשן ארעסטירט, האט א גרויסער טייל פון זיי פארלאזט דאס לאנד און עמיגרירט, און איך מיט זיי . - 135

passage_a0238c2cfbfccce7857aa2ac