Original scan
Original memorial-book scan 151
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-965

אונזגעזאגט, אז זי איז א ציוניסטקע, און א צײט לאנג האט זי אונטערגעזונגען א לידל, וואט ס׳דערמאנ ט זי ך מיר ביז היינט. און מיר האט זי באזונדערס איינגעקריצט איר געשטאלט ווי א שרה בת־טובים, וואט די ארעמקייט קלאמערט זיך צו אירע דארע ביינער. דערציילט האט מיד אויך מיין מאמע וועגן דעם לערער נזילער, וואט מיין זיידע האט אים אראפגעבראכט פון בעניין. דאם איז געווען אן עלעגאנטער זויבערער ייד, געטראגן א "צוויקער" אויף דער שפיץ נאז, און געפרעסטע הויזן מיט א קנייטש. אסאך יארן שפעטער ווען איך האב געוווינט אין סאסנאוויץ, האב איך צופעליק געטראפן א זייער זויבערן אלטן מאן. איך האב אים דערקענט לויט מיין מאמעס שילדערונג אין די קינדער יארן. מיט די זעלבן "צוויקער" אויף די נאז, הויזן מיט א קנייטש, אבער זיין דארער שלאגקער גוף האט זיך אנגעשפארט אויף א שטעקן. מיט טרערן אין די אויגן האט ער, דער אלטישקער לערער פון מיין מאמען זיך אויטגעפרעגט אויף ימח פרט.

passage_89a0d0d615da027bbdc04b25
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 967-2275

ט׳שוועבן נאד פאר מיין אויגן די יידן, וואס האבן געוואנדערט איבערן גאנצן קרייז בענדין, און אין הויפן אויסגערופן "האנדעל, האנדעל!״. מיט א שווערן זאק אויף דער פלייצע, ארויפגעקוקט מיט בעטנדיקע אויגן צו די פענצטער, אפשר רופט אים ווער פארקויפן אביטל אלטע זאכן. צווישן זיי יידן בגי־תורה, הגם אין שווער ן יא ך פון פרנסה דערנידעריקט געווארן, אבער אין דערהויבונג אין היי - ליקן נשמה־ציטער האבן זיי יידישקייט געטראגן, און אט דער נש - מה יום־טוב האט לייכטער געמאכט דעם פרנסה־עול אויפן רוקן . בענדץ האט א לאנגע צייט געהאט א יידישן וויצע־פרעזידענט, איין איינציקע העברעאיש־פוילישע גימנאזיע אין דער גאנצער סבי - בה, און אקטיוו! געזעלשאפטלעכן לעבן. אט שטייען מיר נאד פאר מיין אויגן די מאלעד אפעלבוים און ציגלער. און איד זע זיי שטיין אויף רושטאוואניעס מיט פנים צום סופיט, ווי זיי מאלן די בענדינער שול, און יידישע קינדערלעך קוקן דורך שפארעם צו זען זיי ביי דער הייליקער עבודה. א שוידער נעמט ארום, אז דאס אלץ איז אין חורבן, אין אש פארוואנדעלט געווארן. שבת׳דיקע נאכמיטאגן אויף דער "גורקע", אנגעפילט מיט יוגנט פרייד, דארט ווו דער אלטער פולישער שלום דערציילט יידישע פוילישע לעגעגדעס. טויזנט יאר געשיכטע האסט דו זיך, בענדין, אין דיינע וואסערן פון דער פשעמשא געטובלט.

passage_2d27e8a882638498a7e5d0fd
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2277-3509

גאנצע קווארטאלן מיט אייגנארטיקע יידן, הארפאשניקעם, הייטערע הערצער מיט שטאלענע מוטקולן, צו פארטיידיקן יידישן כבוד. וויפל ווארעמע יידישקייט האט געשטעקט אין די יידישע טרעגערס ("באכמאנעס"), און ווי ביי מענדעלע מוכר־ספרים האט אויסגעזען דער אונטערן־בערג ("די זשימנע...") מיט אירע בעטלער. בענדין איז געווען א צענויפקלייב פון אלעם, וואס דאס יידישע לעבן האט פארמאגט. פארשידענע פארטייען האבן געאקערט דעם באדן, געבויט אנט־ שטאלטן א ביבליאטעקן. גרויסע יידישע גייטער האבן באזוכט בענדין: שלום עליכם, ד״ר ז׳שיטלאווטקי, פרץ, ביאליק, בן־צבי, בן־גוריון און פיל פיל אנדערע. וויפל מעשיות האט מיר דערציילט דער אומגעקומענער דיכטער און עסייאיסט מאק־עריק,(זלמן מערקיין), וועגן בעגדין, וועגן דיסקוסיעס ביז טאג מיט זיין פעטע פ ס ח ז א ן, דעם בונדיסט. סח די דיסקוסיעס — בלויז דער זכר איז געבליבן. געראנגלט זיך פאר ברויט אח געגלויבט אין אידאלן. געוויס וועלן נאך קומען היסטא־ ריקער, וועלכע וועלן וועגן אח מעסטן די געשיכטע פון יידן אין פוילן, און ודאי וועט פארנעמען זאגלעמביע, ספעציעל בענדין, א באזונדערן פלאץ. ווייל נישט אומזיסט האט זי זיך דעראבערט א חשוב בלעטל אין דער געשיכטע פון פוילישן יידנטום.

passage_28b808dbf54217719220a48d
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3511-4780

באקאנט איז די סאנטשעווסקעגאגא ט אין בענדין, אויפן נאמען פין סאנטשטעווסקי, א גוי, וועלכער האט געקענט אויסגעצייכנט דאס יידישע לעבן. געווען א יידן־פריינד און ממש געלעבט ווי א ייד. איינמאל, נאד קבלת שבת, ווען יידן פלעגן מיטנעמען מיט זיך אורחים אויף שבת צום טיש, איז איינער פון די קבצנים איבערגעבליבן, און עט האט אים קיינער גישט אהיימגענומען. שטייט, נעבעך, דער ייד א פארשעמטער, בייט די ליפן אויף זיין ביטער מזל. און ווי ער שטייט אזוי, באווייזט זיך אן עלעגאנט געקליי־ דעטער מענטש, נישט יידישלעך, און פרעגט אים מיט א היימישן יידיש: ר׳ ייד, וואט שטייט איר אזוי פארזארגט?״. דערויף ענטפערט דער ארעמאן: "ס׳האט מיד קיינער ניט אהיימגע־ נומען צום טיש, אויף שבת". גיט דער מענטש; א שמייכל און יאגט: "קומט מיט מיר". גייט אזוי דער ארימאן נאך דעם עלעגאנטן מענטש אין דער וווינונג, און עט עפענען זיך פאר אים סאלעם באלויכטן מיט בליציקע זשיראנדאלן, און א טיש געגרייט פון כל טוב. זאגט דער גאסטגעבער צום קבצן: "מאכט קידוש און וואשט זיך, ווייל איך און מיין הויזגעזינט האבן שוין געגעטך. מאכט דער ייד קידוש ביחידות און וואשט זיך צו חלות. און עט באווייזט זיך יידיש געקאכטע פיש, זום און פלייש. בענטשט־אפ, דאנקט און גייט אוועק.

passage_6b4214b5cc4a22cb8519934d
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4782-6133

קומט דער ייד אין הקדש נעכטיקן, און דערציילט פאר די איבעריקע אורחים די מעשה נפלא וואס מאט מיט אים געטראפן. זענען אים די אורחים, נאטירלעך, מקנא, און אים געפרעגט ווי דאס איז געווען. האבן זיי פעסטגעשטעלט, אז געגעט האט ער ביי א גוי, טאקע ביי טאנטשטעווטקין. איז געווארן א גע־ וואלט, און די מעשה איז דערגאנגען צום דיין. רופט דער דיין טאנטשטעווסקין און פרעגט אים: — "היתכן, ווי קומסטו, א ן ארנטלעכער מענטש ווי דו, און ביזט מכשיל א ייד אויף אזא אויפן?״ ענטפערט דער גוי: "וואס בעט עפעס איצט דער קבצן א תשובה 1ער האט דאד געזען, אז ביי מיר איז נישט א קיין מזוזה. פארוואס האט ער ביי מיר געגעסן?...״ דאם איז געווען דער כאראקטער פון דער שטאט, אפילו די גויים האבן זיך אטימילירט צווישן די יידן. געווען צייטן פון פעטטער געדיכטער יידישקייט. געווען בענדין, געלעבט, זיך געראנגלט, געקעמפט. יעדער איינער פון אונז טראגט אין הארצן קברים פון נאענטע, וועלכע זענען אוועק אין פלאמען און רויך. די וועלט פארגעסט צו ביסלאך, אדער וויל פארגעטן דאס וואס איז געשען! אין אונזערע היימען, אין אונזער געזעלשאפט, טויכן אויף די ווונדערבארע נשמות פון יידישע שטובן, וואס האבן געיוירט מיט שטרעבונגען. האבן דאס פאלק ישראל ליב געהאט, שטיבן וואס האבן געגלויבט דער וועלט, און די וועלט האט מיט אכזריות געשווויגן.

passage_2127ff787bcdfa705022135a
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 6135-6471

ווו מיר זאלן זיך נישט צונויפקומען, וועלן מיר אין יארצייטן אויפזאמלען נשמות פון די טייערע, וואט אויפן ראנד פון בויענדיקן ארץ ישראל, איז זיי, די פארשגיטענע יידן, ניט באשערט געווען זיין דא, צוזאמען מיט אונז אינ׳ם דריטן בית. אבער זייער הייליקן אנדענק וועלן מיר תמיד טראגן אין אונזער הארצן . - 147

passage_1fe071ba6b06df344761fa2d