בענדיגער טיפן שמעון ישראלוכיץ 1) ר׳ משה ווינטער אין איינעם פון די הייזער אויף מאנדזשעווער גאם, וועלכע זענען געווען פול ווי א בינשטאק מיט יידישע משפחות — האט צווישן אנדערע געוווינט אויך ר׳ משה ווינטער, א קליין יידל מיט א בלענד בערדל און קורצזיכטיקע אויגן מיט ברילן. שוין פיר פאר־ טאגן פלעגט מען אים טרעפן אויף דער בענדינער סטאציע, פארטון אין זיין טאג־טעגלעכער ארבעט אויף דער ליניע בענדיִן—זאמקעוויץ. אלע האבן אים געקענט — פון זיין רופן "שוויעז׳ע אבעזשאנקי׳/ "פדישע בייגל, פרישע בייגל". א ת אל ע וואס זענען געקומען מיטן פריען צוג פון ווארשע, האבן זיך מחיה געוועזן מיט ווינטער׳ס פרישע קנאקענדיקע בייגל. אזוי האט ער געשלעפט מיט די אויסגעבויגענע פלייצעס טאג־אין טאג־אויס, זומער און ווינטער, די שווערע קוישן בייגל, אין גערופן מיט זיין הייזעריקן קול — "פרישע בייגל".. . אבער אז עס איז געקומען פרייטיק א זייגער 12, האט משה ווינטער אוועקגעשטעלט די צוויי קוישן, און געווארן גאר אן אנדער משה! זיינע פלייצעס האבן זיך אויסגעגלייכט און זיין פנים האט אויפגעלויכטן.
פרייטיק נאך קבלת שבת און עפעסן די שבתדיקע סעודה, האט ער זיך געלאזט צו מענדל שענקער, זיך צו טרעפן מיט חבר׳ה, אדורכ־ שמועסן ביי א גלאז ביר מיט געזאלצענע ארבעס און באבע׳ם די וואך־פאליטיק און הערן די נייעס פון שטאט. שבת פרי פלעגט ר׳ משה ווינטער אריינכאפן א פאר קאפיטלעך תהילים, און אויפן שנעלמעביר סדרה זיין, אריינכאפנדיק זיך דאן צום ערשטן מנין אין שול, אפדאווענען, מאכן קידוש — און ווידער זיך גענומען צו זיינע קוישן... אבער דאסמאל נישט מיט בייגעל, — נעמענדיק צו הילף צוויי שכנים פלעגן זיי גיין פון הויז צו הויז און אויסרופן: "גוט שבת אידעלעך" "גוט שבת אידעלעך", און ייִדן הערנדיק דאס זינגענדיקע קול פון משה ווינטער מיט זיינע באגלייטער, האבן אנ־ געהויבן טראגן חלות און אנדערע שבתדיקע מאכלים, און שנעל זענען די קוישן פול געווארן. מיט די קוישן לאזט ער זיך אין די ארעמע שטובן, וווּ עס איז נישט געווען אנגעגרייט אויף שבת. ר׳ משה האט שוין געהאט ידיעות וווּ און וועמען מ׳דארף אין דער שטיל, קייגער זאל נישט באמערקען, אריינטראָגן חלות אויף שבת. ערשט שפעטער האט ער זיך געלאזט צו דער בענדינער תפיסה, און באזארגט די יידישע ארעסטאנטן מיט שבתדיקן עסן. אזוי איז ר׳ משה ווינטער געווען אן "אינסטיטוציע" פאר זיך, אן בעאמטע, אן בודזשעטן... דוד גן קלונימוס 2) דער תהילים־ייִד
בענדעט דוד פיק — האט קיינער נישט געוואוסט ווער ער איז, אבער ר׳ בענדעט דוד "דער שלייפער" האבן אלע געקענט. א שטענדיקער ארעמאן, אבער גישט פון די וואס גיין אין די הייזער, חס וחלילה. ער איז געווען א בעל־מלאכה, א שלייפער פון מעסערם און שערלעך. פלעגט ער אזוי ארומגיין די שטאט מיט זיין "שטענדער" און קלאפן מיטן העמערל און שטיקל אייזן, וואס האט געהאנגען אין דער זייט פון זיין "ווארשטאט". דאס פלעגט זיין א סימן, אז בענדעט דוד איז דא. קיין גרויסע פרנסה איז פון דעם שלייפן די מעסערם נישט געווען, ווייל די משרתים פלעגן נישט שטארק האלטן פון זיין "קונסט". אבער איין "מעלה" האבן יא געהאט זיינע אפגעשארפטע מעסערס: די האנט צושניידן זיך מיט זיי האט מען שוין נישט געקענט...
נו, מילא, ר׳ בענעדיקט דוד האט זיך נישט שטארק איבערגענומען מיטן ליצנות אויף זיין חשבון. נישט געווען צו שלייפן, איז ער גע־ גאנגען אין גרויסן בית המדרש, אוועקגעשטעלט דעם שטענדער אין פאלישאץ געזאגט תהילים. דא, אין תהילים זאגן, האט זיך קיינער מיט אים נישט געקענט פארגלייכן. מיט זיין הייזעריקן קול פלעגט ער זיך צעלאזן און זאגן געשמאק מיט געזאנג און אן א סוף ביז, ביז זיין ווייב... יא, ר׳ בענעדיקט דוד האט געהאט אויך א ווייב, א קליינע, א קאליקע, מיט א הויקער און א שטימע וואס ווען זי האט זיך "צעשריגן, האט אפילו ר׳ בענעדיקט דוד געמוזט איבערייסן דאס תהיליםזאגן. אט איז זי געקומען צולויפן אין בית המדרש אץ גע־ שריגן אז קיינער האט נישט פארשטאגן אירע געשרייען, חח איר מאן. "נו, שוין גענוג, זינדיקע אשה, הער אויף צו געוואלדעווען, איך גיי שוין!" — פלעגט ער צו איר טענהן.
א זייגער איינם נאכמיטאג האט אים די ווייב אהיים געשלעפט עסן ערשט פרישטיק, ווייל ווען נישט זי, די יידענע זיינע, וועלכע האט אים שטארק אפגעהיט, וואלט ער נישט געדענקט, אז מ׳דארף עסן, ווארעם עסן איז דאך נאר כדי צו קענען מאכן א ברכה, אבער אז מ׳זאגט תהילים, איז מען פטור פון אלעם... נאר איין איינציקן פארלאנג האט בענדעט דוד געהאט אין לעבן — א זייגערל, כדי צו קענען אויפשטיין ביי נאכט אפריכטן חצות. נאכט־איין נאכט־אויס פלעגט מען פון דעם קעלער־שטוב הערן דעם וויינענדיקן הייזעריקן קול פון ר׳ בענדעט דוד׳ן.
אין די שפעטערדיקע יארן, ווען קיץ פרנסה איז אין שטאט נישט געווען, האט ער זיך געלאזט מיט דער מאשין איבער די דערפער ארום בענדין, שלייפן די העק און מעסערם פון די פויערן. ער פלעגט ארויסגיין פארטאגס נאכן דאווענען, נעמענדיק די מאשין אויף די פלייצעם, זאגגדיק תהילים פון אויסנווייניק. פון צייט צו צייט זיך אפשטעלן, איבערייסן דאס תהילים זאגן און קלאפן מיט העמערל און דופן מיט זיין הייזעריקן קול: ״מעסער שלייפן!, מעסער שלייפן!״. נישט איינמאל פלעגט ער באקומען געשלאגן פון די שקצים אין די דערפער, אדער זיי פלעגן אויף אים אנרייצן די הינט, דאו פלעגט ער אהיים קומען א צעבלוטיקטער און מיט צעריסענע מלבושים. ער פלעגט נישט האבן קיין טענות צום רבונו של עולם און אלץ מקבל געווען באהבה. טאמער האט מען אים אנטשטאט געלט געגעבן א פאר קארטאפל, איז ער אויך געווען צופרידן, זיך נישט געדונגען, וויפל מ׳האט אים באצאלט איז גוט געווען. אבער פאר דעם פלעגט ער אהיים גיין א פדיילעקער און אונטערזינגען א קאפיטל תהילים. אין די לעצטע יארן איז ער blind געווארן. פלעגט ער גיץ אין גאס געפירט דורך דער פרוי און זאגן תהילים, און סאקע געשטארבן אין מיטן תהילים זאגן.. . מאטעק האמפע ל 3) דאס גרויסע געווינס
געווען א ייד אין בענדין, וואס האט געוווינט אין געסל וואס פירט אין נערע שטיבל. שמואל צוקערפעלד האט ער געהייסן, אבער ער איז געווען באקאן מיטן צונאמען "סטאפא". א ייד א ארעמאן, לא עלינו, און געלעבט האט מען פון די פאר זלאטעס, - 148