"גיב א גראשן, נאד שנעלער, כ׳האבןישט קיין צייט, אויב די ווילסט נישט געבן, דען גיב א נאדל, מיט שפיזן זאל מען דיך שטעכן אויפ יענער וועלט, גיב א שטיקל קויל, שנעלער, שרה׳ן איז קאלט, דיר איז ווארעם, די קישקעם זאלן דיר ברענען, דו זאלסט קלאפן מיט די ציין, און מ׳זאל דיך ווארפן אין גהינום אריין. הא, דו באהאלסט זיך אפאר מיר? האב קיץ מורא ן כ׳וועל דיר גאר־ נישט טאן. מיין קינד וויל טרינקן, שא, שא וועק נישט אויף דאס קינד, עם שלאפט. — שנעלער גיב א נדבה, כ׳מוז אנטלויפן, מען וויל מיך שלאגן, . כ׳זאל אזוי לעבן כ׳האבן גארנישט געגנבעט, לאז מיד אנווארעמען, ביי שרהץ זענען פארפרוירן די הענט און פים. גיב א שטיקל ברויט פאר מיין קינד, שנעל שנעל" . אויסגעבעטן א גראשן, א שטיקל ברויט און א ביסלקוילן, האט זי זיך א צופרידענע אוועקגעזעצט אויפן טראטוא ר ביי ם רינשטאק, זינגענדיק מיט א טרויעריקער מעלאדיע דאס ליד: "שנייד אויף מיין הארץ, וועסטו זען מיין שמערץ, ליבעניו, ליבעניו, האב רחמנות אויף מיר". זי זיגגט א וויג־ליד פאר איר טאכטער, זי שלעפערט זי איין. איינגעשלעפערט דאס קינד ברעכט זי אויס מיט א ווילדן געלעכטער, נעמט צענויף אלע אירע פעקלעך און לאזט זיך ווייטער לויפן איבער די גאסן . אין יאר 1928, ווען אין פוילן האט געהערשט א שטארקער פראסט, האט מען זי געפונען ליגן א טויטע, א פארפרוירענע אין גאס.
ווען כ׳בין געקומען מיט דרייסיק יאר צוריק קיין ישראל, און געוואלט אריינטרעטן אין "אהל", האב איך, בעת מ׳האט מיך עקזא־ מינירט, געגעבן אין דער יידישע שפראך די אימפראוויזאציע פון דער ״משוגענער שרה״ — און טאקע דעם עקזאמען אויסגעהאלטן . טוביה ישראל קאמינסקי נקאנאדא ) / לעגעגדעס חעג ן בענדי ן ן^ן ין דער געשיכטע פון בענדין, פון איר אנטוויקלונג און וווקם, 1% זענען פארפלאכטן לעגענדעס, וועלכע האבן א שייכות מיטן לעבן פון אירע רבנים, גייסטיקע פירער, עסקנים און נאטירלעך, די יידישע פאלקס־מאסן . אזוי ווי יעדע לעגענדע איז אן אפשפילונג און כאראקטעריסטיק פון גייסטיקן לעבן פון די מענטשן און פון דער סביבה, וואס ארום איר האט זי די לעגענדע געשאפן, — אזוי זענען אויך די בענדינער לעגענדעם א שליסל צו אונזער פארגאנגענעם לעבן . זי גיבן אונז א באגריף, וויאזוי די פריערדיקע דורות האבן געזען דאס לעבן, און וואם־פארא אויפפאסונג זיי האבן געוואלט איינפלאנצן אין אונז — זייערע קינדער און קינדס־קינדער . דער עלטערער דור האט געהאלטן די לעגענדארע מעשיות פאר ריכטיקע פאסירונגען, און זי פארשפרייט צווישן חדר קינדער און יוגנט . רבי יצחק׳ל און זיין פטירה
פאראלעל צו ם מאדערנע ם בענדין, ווא ס הא ט זי ך אנטוויקל ט או ן געוואקסן מי ט א ן איבערראשענדיקע ר שנעלקייט, הא ט געלעב ט זיי ן לעבן או ן געשפינ ט זיי ן שטייגע ר דא ס אלט ע בענדין. ארו ם דע ר שו ל געגנט, בי י ד י "גורקעם", ד י אפענ ע או ן פארמאכטע, בי ז צו ם "אונטער ן בערג", ווא ס הא ט אוי ך געהא ט א נאמע ן וועלכ ן מע ן ברענג ט געוויינלע ך נישט ארוי ף ד י ליפן • אדע ר אויפ ן פאפיר... דע ר דערמאנטע ר "אונטער ן בערג" אי ז מייסטנ ם געווע ן באוווינ ט דור ך ד י ארעמסט ע ייד ן פו ן דער שטאט. אץ א זומערדיק ן טאג, פלעג ט מע ן ד א טרעפ ן ארו ס ד י קליינ ע איינגעפאלענע הייזלע ך שפילנדיק ע קינדער, אד ם נאקעט, גענו י וו י די מאמ ע הא ט זי י געהאט. זייער ע עלטער ן זענע ן געווע ן פארנומע ן מיט דאגו ת פרנסה, ס׳הייס ט ארומגיי ן איבע ר ד י הייזע ר או ן קלייב ן נדבות. געזאג ט הא ט מע ן אפילו: א ז א ס ך פו ן ד י פראפעסיאנעל ע שנארערס האב ן גאנ ץ נישטקשה׳דיק ע "קניפלעך" ערגעץ־ווו, אבע ר שנארעריי אי ז שוי ן געווע ן א טיי ל פו ן זייע ר וועז ן ווא ס אי ז זי י געקומען בירושה... ארום דע ר "אונטערבערג" געגנ ט אי ז געווע ן א ן אלטע ר בי ת החיים, ווא ס אי ז געלעג ן משופעדי ק מי ט הונדערטע ר מצבו ת! צוויש ן .זיי א ס ך איינגעפאלענ ע או ן אפגעריבענע. אויפ ן דאזיק ן בי ת עולם,
וואם האט גלייכצייטיק געדינט ווי א מחיצה צווישן די ביידע "גור־ קעס״, האט זיך געפונען — שטענדיק באלויכטן מיט א נר תמיד — א האלבע אין דער ערד איינגעזונקענער אוהל, וואס איז געווען, לויט ווי מען האט דערציילט, דער קבר פון א געוועזענעם בענדינער רב, רבי יצחק׳ל. וועגן דעם רבי יצחק׳ל און זיין אוהל, ווערט דערציילט פאלגנדעס: געווען איז עס נאך אין יענע אלטע גוטע צייטן, ווען גאטס ווארט און תורה האבן געהערשט איבער אלע יידן פון יונג ביז אלט. דא־ מאלסט האט מען נישט געזען געארעמטע שפאצירנדיקע פארלעך, און אוודאי האבן די מיידלעך אין בוגרת עלטער, נישט געוואגט אן צוטון קליידער מיט קורצע ערמל. אין דער פרייער צייט האבן זיך אלע דערוואקסענע מענער געפונען אין בית המדרש, ביי א גמרא, עין יעקב אדער ביי א קאפיטל תהלים. די יידישע טעכטער ווידער, זענען שטענדיק געזעסן אין דער היים ביי זייערע מאמעס אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים מ״ה, י״ד) "כל כבודה בת מלך פנימה". איז טאקע אין זכות פון דער תורה און מעשים טובים געווען ביי יידן פרנסה בשפע, און אויף דער וועלט האט געהערשט שלום ושלוה...
און א גרויסן חל ק אין דער דאזיקער אויפפירונג פון די בענדינער יידן, האט געהאט דער איינפלוס פון דערמאנטן רבי יצחק׳ל, וועלכער איז דאמאלסט געזעסן אויפן בענדינער כסא הרבנות. ער איז געווען א הייליקער ייד, צו וועמען מען פלעגט זיך ווענדן פון נאענט אץ ווייט נאך ברכות, אדער אפצושרייען גזרות אויפן יידישן כלל אדער אויף יחידים. אונטער זיינ השפעה האבן א סך יידן תשובה געטץ, געווארן גוט פאר גאט און פאר לייט.. . ווען רבי יצחק׳ל האט דערפילט אז זיין פטירה רוקט זיך אן, האט ער צוזאמענגערופֿן אלע לומדים, יראים ואנשי מעשה פץ דער שטאט צו זיך אין שטוב אדיין. געוואלט האט ער "אריינקוקך יעדן איינעם אין הארץ, כדי צו זען ווער ס׳איז ראוי צו זיין דער ממלא מקום אויפן כסא הרבנות און א מליץ יושר פאר בענדינער יידן . ליגנדיק אזוי פארטראכט אין בעט, אריינקוקנדיק אין די הערצער פון די פארזאמעלטע, האט ער זיך פלוצלינג צעוויינט. טרערן האבן זיך געגאסן פון זיינע אויגן אן אן אויפהער. די סיבה פון זיין געוויין — האט ער דערקלערט — איז, ער האט - 151