Original scan
Original memorial-book scan 156
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1080

נישט געזען קיין איין איינציקן, וואס זאל זיין ראוי צו זיין א מליץ יושר פאר די בענדינער יידן, ערב די שווערע גזירות וואס רוקן זיך אן. דאן ד.א ט ער זיך ווידער פארטראכט, די אויגן פארמאכט, און מיטאמאל האט זיין פנים אויפגעלויכטן. "יעצט קען איך שוין רוהיק אוועק פון דער וועלט, האט ער געזאגט, אין הימל איז מען מסכים, אז איך זאל ווייטער זיין דער מליץ יושר אפילו נאך מיין טויט... "בויט ארום מיין קבר אן אוהל, לייגט דארט אריין ספרים און אויך זאל אין מיין אוהל ברענען א נר תמיד, צו דערמאנען אלע פארבייגייענדיקע זיך נישט אפצוקערן פון גאט און זיין תורה"". מיט די דאזיקע ווערטער האט ער אויסגעהויכט זיין נשמה. זיין רצון איז, פארשטייט זיך, דערפילט געווארן, און ווידער האט געהערשט שלום ושלוה על ישראל. יארן זענען פארביי, און דער נאמען פון רבי יצחק׳לען איז טאקע גישט פארגעסן געווארן צווישן די עלטערע יידן. אבער דער יונגער דור האט אים שוין יא אנגעהויבן צו פארגעסן... האט אמאל פאסירט, אז צוויי "דייטשן" זענען געקומען קיין בענ־ דין אויפ עטליכע טעג.

passage_8594fb045b976f01b22cbd25
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1082-2366

גייענדיק אזוי שפאצירן שבת פארנאכט, נישט ווייט פון דער מאנטן אהל, האט זי איינעם פון זיי פארגלוסט צו פארייכערן א ציגארעט. נישט האבנדיק ביי זיך קיין פייער, איז אים איינגעפאלן, אז ער וועט אריינגיין אין אהל, און פארויכערן ביים נר תמיד. זיין חבר איז געבליבן אויסערן בית הקברות. מיטאמאל האט דער ווארטנדיקער חבר דערהערט שרעקלעכע געשרייען גע- שרייען פונם אהל ארוים. צוקומענדיק דארט אהין, האט ער געזען זיין חבר ליגנדיק אויפן ערד אין קאנווולסיעס, דער רויכנדיקער צי- גארעט אין מויל, נישט קענענדיק זיך רירן פון ארט, אדער עפעס ארויסרעדן. האט ער אים פרובירט אויפהויבן, אבער ער איז געווען ווי צוגע- שמידט צו דער ערד... שנעל איז ער געלאפן נאך הילף, אבער ווען די חילף איז געקומען איז שוין געווען צו שפעט, דער טויט האט אים באפרייט פון יסורים. דער רשע האט באקומען זיין פסק פאר מחלל שבת זיין אין רבינ׳ם אהל. דא האט מען באשיינפערלעך געזען, אז רבי יצחק׳ל האלט וויי- טער א "וואך אויג" אין זיין קבר. בענדינער אידן זענען געווארן פרו- מער, און האבן עוסק געווען אין תורה און מעשים טובים. אויך דער חבר פון אומגעקומענעם, האט חוזר בתשובה געווען און געווארן א פרומער ייד. ר׳ בונם פון פשיסכע און דער משפחה איבער דעם גבאי פון ״קניו ספרים״ *)

passage_881d869b37589025e2d18ba5
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2368-3714

קיין בענדי ן איז אמא ל געקומע ן א ייד מי ט א המלצה־בריוו פו ן א באוואוסט ן רבי ן פו ן יעגע ר צייט . ע ר הא ט זי ר גענויטיק ט אי ן עט־ לעכע הונדער ט רובל , כד י חתונ ה צ ו מאכ ן זיינ ם א בוגרת . אזו י וו י *) ר׳ בונ ם פו ן פשיסכ ע : געגויר ן תקר״ ה אי ן וואוידיסלאוו , נפט ר געווארן י״ ב אלו ל תקפ״ ז אי ן פשיסכע . חתונ ה געהא ט מי ט רבק ה ב ת מש ה פון בענדי ן (״ספ ר החסידות ״ פו ן יצח ק ווערפל ) : ״קני ו ספרים ״ : א קליינע ר וועכנטליכער אפצאל , גענומע ן פו ן ד י מתפללי ם פא ר א פאנ ד צ ו קויפ ן ניי ע ספרים או ן צ ו פאריכט ן ספרי ם פו ן א מקו ם קדוש . •*) תעית י כשה... אויסניצנדי ק ד י איגנאראנ ץ פו ן ד י בעלי־בתים , האט דע ר רב י צוזאמענגעשטעל ט א סענטענ ץ פו ן צווי י משפטים , או ן אוי ד פארדרייט דא ם וואר ט ״בקש ״ — ווא ס הייס ט זוכן , אוי ף "בקש " ווא ם הייס ט אין ששרוי . דער אינהאבע ר פו ן בריו ו אי ז אליי ן געווע ן פו ן ד י מקורבי ם פו ן זעלבן רבין , האב ן ד י בי ת המדר ש בחורי ם באשלאסן , א ז דע ר גבא י זאל אי ם געב ן עטלעכ ע רוב ל פו ן "קני ו ספרים " געלט . האט זי ך געדארפ ט מאכן , א ז ד י מעש ה פו ן אוועקגעב ן ד י פא ר רובל פא ר הכנס ת כל ה זא ל אנקומע ן צ ו ד י גבאי ם פו ן בי ת המדרש , וועלכע האב ן געהער ט צו ם מתנגדיש ן לאגע ר או ן דערסא ר געקוק ט קרום אוי ף ד י בחורי ם וועלכ ע זענע ן געווע ן חסידים . האט זי ך אנגעהויב ן א העצע , א ז ד י בחורי ם פארטראכלעווע ן קהליש געלט , ווא ס אי ז דאסזעלב ע וו י גניבה .

passage_b59ec843f57391dbcabe73d4
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3716-4870

גלייכצייטיק האבן די העצע ר געהאפט, אז דורך אזעלכע פליאט־ קעם, וועט זי י אויך געלונגען צו פארמיאוסן חסידות אין אלגעמיין, און זי האבן געפאדערט צו שטעלן דעם גבאי פון "קניו ספרים" צו אן עפענטלעכן משפט. אין דעם זונטיק, ווען דער עפענטלעכער משפט האט געדארפט פארקומען, איז זיך צונויפגעקומען א גרויסער עולם נייגעריקע — אנ־ הענגער פון ביידע צדדים (חסידים און מתנגדים); א זיג פון די בעלי בתים האט געמיינט א זיג פאר מתנגדים. און א זיג פון די בחורים האט געמיינט א זיג פאר חסידות. די גבאים פון בית המדרש מיט עטליכע אנהענגער, און גראד פראסטע בעלי־בתים, האבן זיך אוועקגעזעצט ביים לאנגען און ברייטן טיש ביי דער מזרח וואנט, און האבן אנגעהויבן צו פארהאנדלען די דאזיקע דין תורה.. . דער רבי ר׳ בונם, וואס איז געווען א בענדינער תושב, איידער ער איז געווארן רבי, האט זיך גראד געהאט צוריקגעקערט פון א נסיעה און א באזוך ביים קאזשניצער מגיד. הערנדיק וועגן משפט און וועגן די רעזולטאטן, וואס א פסק דין קעגן דעם בחור קען ברענגען דער חסידישער באוועגונג, האט ער באשלאסן צו זיין אנוועזנד ביים משפט און זיך איינשטעלן פארן דערמאנטן בחור.

passage_f072263ce5e14f9002ba3e07
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4872-6171

אריינגעקומען איז דער רבי ר׳ בונם, גראד ווען מקטרגים האבן אנגעהויבן אויסצולייגן זייערע טענות קעגן דעם בעל דין. זיי האבן געפאדערט אז מען זאל דעם גבאי פון "קניו ספרים", צוזאמען מיט זיינע חברים וועלכע האבן אים געצ׳ט אוועקגעבן דאס געלט, פאר־ ווערן דעם איינטריט אין בית המדרש אין אוי זאלן זיי באצאלן א קנס. די גאנצע צייט האט זיך דער רבי צעגעהערט צו די דבורים אין גארנישט געזאגט. מיטאמאל האט ער געגעבן א קלאפ אין טיש, און אויסגערופן: איידער איך גיי אפפרעגן אייערע טענות, וואלט איך אייך גע־ בעטן מיר דערקלערן דעם פשט פון דעם פסוק אין תחלים (קי״ט, קע״ו): ״תעיתי כשה אובד. בקש״ . ** ) ווען קיינער פון זיי האט נישט געענפערט, האט דער רבי בונם פארגעזעצט: כדי צו דערקלערן דעם מיין פון דעם פסוק, דארף איך אייך דערציילן א מעשה וואס האט זיך מיט יארן צוריק פארלאפן אין וואלד. אמאל איז אויסגעבראכן א מגיפה צווישן די חיות. האט דער לייב, דער מלך פון די חיות, צענויפגערופן אלע זיינע אונטערטאנען, און געהייסן זיי דערציילן, וויאזוי זיי האבן זיך דערנערט די לעצטע צייט, כדי אויסצופינען, אין וועמענס זינד די מגפה איז אויסגעבראכן. דער ערשטער פון די פארזאמלטע איז ארויסגעקומען דער טיגער <ער האט דערציילט, אז זייענדיק אין וואלד, האט אים - 152 -

passage_93e29c56c4ef60da31120eb8