Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 169
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1226

פץ דער "קאמערץ קאסע" אין בענדיִן אין לאקאל פץ סוחרים פאריין איז פארגעקומען די יערלעכע אלגעמיינע פארזאמלונג פון דער "קאמערן־קאסע". די פארזאמלונג עפנט ה׳ מאטל גאלד מיט א איינלייטונגס* רעדע און שלאגט פאר אלס פארזיצער דעם פרעזעם פון ראט, פינ- קום. אין פרעזידיום ווערן איינגעלאדן: א. ד. באלימאווסקי, בנימין גרויבארט און דער דעלעגאט פון רעוויזיאנס־פארבאנד אין ווארשע. ש מינדלער. אלם סעקרעטאר — פ. בלייך. נאכן לייענען דעם פראטאקאל פץ דער לעצטער אלגעמיינער פארזאמלוגג דורכן וויצע־פרעזעס מ. גערטנער, ווערט איבער־ געגעבן דער טעטיקייטס־באריכט, פון וועלכן עס שטעלט זיך ארויס, אז טראץ די גלגולים, וואט די באנק האט אדורכגעמאכט במשך פון די לעצטע חדשים, איז דאך דער קיום פון דער באנק א געזיכערטער. פון בילאנץ שטעלט זיך ארויס, אז דער אומזאץ פון יאר 1938 באטרעסט אן ערך פון זיבן מיליאן זלאטעס. * אלגעמיינע פערזאמלונג פון דער "דיסקאנ ט פאנק" פרעזעם פון אויפזיכט׳ס־ראט ה׳ גרשון רעכניץ עפנט די פערזאמלונג, און נאכן באגריסן דעם פארשטייער פון דער צענטראלע ה׳ שפינדלער לאדט ער איין צום פרעזידיום די ה״ה: אדוואקאט ד״ר ראמע ק רעבט1מאן, ש. מושינסקי און ראזענבלום אלם סעקרעטאר.

passage_26bfd2b1c95b0c1b45a59596
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1228-2377

נאבן לייענען דעם לעצטן פראטאקאל דורכן ׳מ. קאנער, באשטעטיקט ה׳ שפינדלער אין נאמען פון רעוויזיאנס־פערבאנד דעם באריכט פון וועלכן עס שטעלט זיך ארויס, אז די באנק האט זיך באדייטנד אנטוויקעלט, די צאל מיטגלידער איז אסך געשטיגן, אומזאץ פץ אינקאסא באטרעפט אנדערטהאלבן מיליאן זלאטעס און דער עיקר — ס׳איז דא אן עודף אין די הכנסות. עס אנטוויקעלט זיך דא דיסקוסיע אין וועלכער ס׳בעטייליקן זיך: באלימאווסקי, קאנער, סטאפניצקי, י. רוס. ג ו ט ע נ־ שטיין, נ. לאנדנער, ז״׳ררעבטמאן, סאנדעקפער* שטענפעלד א. אנד. עם ווערט אויסגעדריקט אבסולוטאריום דער אפטרעטענדער פאר־ יואלטונג און ראט. צוליב דער שפטער שעד. ווערן די וואלן אפגעלייגט אויף צוויי וואכן. * פץ קרן קימת לישראל אץ אונזער שטאט איז פראקלאמירט געווארן די "הגלילה" אקציע; פון קק״ל. אין שייכות מיט דעם זענען געקומען קיץ בענדער ד״ר משד. קלייגבוים, אברהם הארצפעלד אוןפרויאסטר קאפ־ לאן. אץ דעם דאזיקן ענץ איז פארגעקומען אין לאקאל פון וויצאא קאנפערענץ מיט דער באטייליגונג פץ די חשובע געסט, פארשטייער פון דער יידישער אגענטץ און פון אלע ציוניסטישע גרופירונגען.

passage_98099f5b6cf74394b722e126
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2379-3661

שבודצדנאכט קומט פאר א פייערלעכער "טיי־אווענט" אין זאל פון יתומים־הויז, אויפן וועלכן ס׳וועט פייערלעך פראקלאמירט ווערן די אקציע. מיט א רעפעראט וועט ארויסטרעטן דער וואמדמייסטער אץ ציוניסטישער מנהיג ד״ר משה קליינבוים, פון קליינהענדלער פאריין דער קליינהענדלער פאריין האט אינטערווענירט ביי דער שטייער־ מאכט אין דער פראגע פון דער הויכער אויסמעסטונג פון דעם אומזאץ־ שטייער. אין רעזולטאט פון דער אינטערווענץ האט דער נאטשעלניק פון שטייער־אמט פארלאנגט, אז מען זאל אים צושטעלן א ליסטע פון די באעוולהטע סוחרים, און אויב זיי זענען טאקע באעוולהט געווארן, וועלן זיי באריקזיכס ווערן. אין צוזאמענהאנג מיט דער נייער פארארדנונג וועגן צענניקעס מיט איינהייטלעכע פרייזן, האט א דעלעגאציע קאנפערירט מיטן סטאראסטא און אים קלארגעמאכט, אז דער ענין פון צענניקעס איז זייער קאמפליצירט, ווייל עס איז נישט פעסטגעשטעלט וועלכע אר־ טיקלען קענען דערקלערט ווערן אלס לוקסוס און וועלכע פון ערשטן געברויך. דער סטאראסטא האט גענומען אין אכט די אויפקלערונג און צוגעזאגט, אז אין דער פראגע וועט ער דופֿן א קאנפערענץ פון פאר־ שטייער פון דער האנדעלסקאמער פון יידישע און פוילישע סוחרים פאריינען, כדי צו הערן זייער מיינונג. צום 7־טן לאנדעס־צוזאמענפאר פון די קליינהענדלער פאריינען,

passage_6ba52234adabb1a86264f48b
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3663-4721

וואם קומט פאראיין ווארשע זענען דעליגירט געווארן פון בענדינער פאריין: גרשון רעכניץ, דוד גוטענשטיין, וואלף מערין, י. רום, און ה. באלימאוווסקי. * צווישן די קהילה פרנסים צוליב דעם וואס דער געזעלשאפטלעכער טוער דאזאר אהרן האמפעל פון די rechte פועלי. ציון־צ.ם. האט זיך איבערגעצויגן קיץ סאסנאוויץ, איז ווידער אקטועל געווארן די אלטע פראגע, ווו דארף געהערן דער ציוניסטישער דאזאר נטעלע לאנדנער; אין קהילה־ראט אדער אין דער פארוואלטונג ז די "אגודה" פראקציע פון דער קהילה וויל דורכאויס, אז נטעלע לאנדנער זאל אדייען אין דער פארוואלטונג, כדי "פטור" צו ווערן פון אים אין ראט, ווו ער טרעט ענערגיש ארויס אין נאמען פון זיין ציוניסטישער פראקציע, צוליב וואס טאקע די "אגודה״יסטן זענען פון דעם בכלל נישט צופרידן. אין דער פראגע האט דאזאר לאנדנער זיך געווענדעט צום סטא־ ראסטא, וועלכער האט נאכאמאל אפראבירټ זיין דעציזיע, וואס ער האט אין זיינער צייט ארויסגעגעבן, לויט וועלכער לאנדנער בלייבט א מיטגליד פון קהלה־ראט. * פץ "לינת החולים"

passage_424f37f3ba1c6dcbc7fc6f1a
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4723-5345

די געזעלשאפט "לינת־החולים" אין בענדי ן איז כמעט די איינציקע אינסטיטוציע, וואס מאכט א וויכטיקע ארבעט און קלאפט נישט יעדן מאנטיק און דאנערשטיק מיט דער צדקה־פושק^ . אחוץ די חודשלעכע סטאבילע אפצאלונגען איז די יידישע באפעלקערונג נישט בעלאסטעט דורך דער אינסטיטוציע, וואם פירט אן שפיטאל און אגדערע נוצלעכ ע אויפגאבן לטובת דער יידישער שטאט . דעריבער איז זייער וויכטיק, אז די גאנצע באפעלקערונג זאל שטיצן מיט א ברייטן האנט און בייטראגן בתשואות־חן גרעסערע שפענדונגען לטובת דעם "נאלעפקע״־פארקויף, וואס די געזעלשאפט פירט איצט אדורך . שטיצט׳זשע דעם "לינת־החולים" ן

passage_fa75724e7d7afc0519d9c285