אזוי האט ער אנגעהויבן צו ארבעטן לטובת הכלל שלא על מנת לקבל סרס. נישט געקוקט דערויף וואס ער איז געווען א גרויסער למדן און א בקי אין ש״ס און פוסקים, האט ער זיך נישט געשעמט זיך אפצוגעבן מיט דעם געוויינלעכן פאלקסצמענטש, וועלכער האט זיך גענויטיקט אין זיין הילף, ער איז געווען א איד א חכם, און געוווסט ווי צו רעדן מיט מעגטשן, ארייב־ געווארסן א ווערסל ווו מ׳האט געברויכט. און נישט געקוקט דערויף וואס ער איז געווען א שטארק פרומער, א מיטגליד פון אגודת ישראל, דאך איז ער געווען געשעצט און געליבט אין אלע קרייזן פון דער יידישער באפעל־ קערונג. פון די ציוניסטן ביז די לינקע גרופירונגען. ווייל ער איז געווען פון די עסקנים וואס האבן געארבעט מיט ערלעכקייט און איבערגעבענהייט פארן כלל. אין ווען ס׳איז געשאפן געווארן אין יאר 1914 אין שטאט דער "קאמיטעט",
וואס האט געעפנט די קיך ווו די ארעמע באפעלקערונג האט באקומען ברויט און ווארעמעסען, איז ר׳ מענדל געווען פון די טעטיקסטע טועור אירע, און גישט צדרו געלאזט די בענדינער גבירים כדי די קיך זאל קענען עקזיסטירן. שפעטער, מיטן אנטשטיין פון דער געזעלשאפט "דאבראטשינאשץ, / אנגעפירט פון די אסימילירטע יידן, ווערט ר׳ מענדל איינער פון אירע ערשטע און טעטיקסטע מיטגלידער, העלפט מיט איר אנטוויקלונג ביז דעם אויפבוי פון דעם גרויסן יתומימ״הויז ווו עס האבן זיך דערצויגן עטליכע הונדערט יתומים. אינטערעסאנט, אז גישט קוקנדיק דערויף וואס די מיטגלידער פון דער "דאבראטשיגאשט" זענען באשטאנען מערסטנטייל פון דער יידישער פויליש" רעדנדיקע״י איבטעליגענץ, האט ר׳ מענדל זיך נישט געשעמט און מיט זי גערעדט דווקא )יידיש, אין דער שפראך פון די מאסן וועלכע ער האט געוואלט העלפן. נישט געווען אין שטאט קיין פילאנטראפישע געזעלשאפט, ווו ר׳ מענדל זאל בישט מיטארבעטן. חוץ דער אלעם, איז ר׳ מענדל געווען אן אינסטיטוציע פאר זיך, אן בעאמטע, אן בודזשעטן, אן יעדנס חילף — איינער אליין, האט ער בישט צדרו געלאזט די בענדינער גבירים, פאדערנדיק פון זי מאטעריעלע חילף פאר געזעלשאפטלעכע צוועקן, וואס זי האבן טאקע נישט אפגעזאגט און געגעבן בתשואות חן.
באלד מיטן דערבענטערן זיך פון ווינטער, פלעגט ר׳ מעבדל גלייך זיך נעמען פארשאפן קוילן פאר דער ארעמער באפעלקערובג. אט קומט ער צום באקאנטן אין בענדער אייזן סוחר ר׳ יעקב גוטמן, וועלכער פלעגט איר גלייך פרעגן: ר׳ מענדל וויפיל וועגעלעך ברויכט איר דערויף האט ער געענטפערט: ״דערווייל א 15 וועגעלעך קוילן, אז כ׳וועל ברויכן נאד וועל איך ווידער קומען. אט איז ער ביים גרויסן נדבן שמעון פירסטענבערג, וועלכער האט תמיד געגעבן ביד רחבה, און דערביי שטארק הנאה געהאט פון ראזענזאפטס קוילן אקציע.
און אז עס איז געקומען פריליגג און עס האט זיך דערנענטערט דער פסח — לאזט זיך ר׳ מענדל מיטן רב און אנדערע חשובע בעלי״בתים שאפן קמחא דפסחא. און סוכות — ווי קען מען לאזן א אידן פארשעמט ווערן, אז ער זאל נישט האבן צו עסן צווישן שכנים? האט ער זיך ווידער געגומען צו זיין ארבעט. און אזוי א קיילעכדיק יאר, תמיד אין שטענדיקער באוועגונג. איין הילפס ארבעט פלעגט יאגן די צווייטע. זיין הויז איז געווארן א גמילת" חסדים קאסע, און יעדעגס חילף, ווייל די מצוה פון מתן בסתר האט ער גאר שטארק אפגעהיטן, געווען משפחות וועלכע האבן באקומען שטיצע נישט וויסנדיק פון וועמען דאס קומט. נישט ליב געהאט מ׳זאל אים דאנקן, אנטלאפן פון יעדן כבוד. נישט געוואלט ווערן קיין פרנס אין דער קהלה, הגם די אגודה האט אים דארט גאר שטארק געוואלט האבן; ער האט פארשטאנען, אז דאס וועט איר שטערן אין זיין פילאנטראפישער טעטיקייט . כדי צו אילוסטרירן זיין שיינע פערזענליכקייט, גיבן מיר דא איבער א פאקט — דערציילט דורך שמואל ליווער : ״געווען איז דאס שבועות 1938, איז צו מיר אין וו1ינונג געקומען ר׳ מענדל אין דער באגלייטונג פון באקאנטן גביר ר׳ דוד לאסקער ז״ל. איך האב זיך שטארק געוווגדערט — הייתכן, ר׳ מעגדל ראזענזאפט אין יוס״טוב
צו מיר? אויף מיין פראגע האט מיר ר׳ מענדל געענטפערט: איך נויטיק זיד אין געלד. — וואס עפע ס אין יוכדטוב? — פרעג איך. האט ער מיר דאן אויפגעקלערט: מען מוז ראטעווען איידן וואס מ׳גייט מארגן אויסשטעלן זיין הויז אויף ליציטאציע. אט דאס איז געווען ר׳ מענדל; כדי צו ראטעווען איידן אין א עת צרה, איז ער גרייט געווען אפילו יוכדטוב צו נעמען געלד..." אט אזוי שטייט פאר מיינע אויגן לעבעדיק זיין געשטאלט פול מיט טעמפעראמענט, און שטענדיקע באוועגונג, טראץ זיין עלטער. מיטעלער וווקם, ברייטע פלייצעס, פול פנים מיט מיט דער גרויסער בארד, אנגעטון אין א לאנגער קאפאטע, ריין און ציכטיק, תלמיד חכם שאין רב בעל בגדו. געהערט צום טיפ יידן, אין וועלכע ס׳האט געברענט דער נר״תמיד, דער echter יידישער אייביקער פייער, וואס באהויכט מיט ווארעמקייט און ליכטיקייט דעם געדריקטן און געפלאגטן, נישט געשוינט זיין צייט צו העלפן ארעמע, וועלכע האבן אין אים געפונען א הייכדגליענדיק הארץ, א צארטע עמפינדלעכע נשמה. א ליכטיק״איידעלע געשטאלט, מיט פאטערלעך פייערדיקער ליבע צו יעדן מענטש.
אין די ד י אוונטן, ווען דא ה"געסל, ׳ פלעגט זיין איינגעהילט אין שלאף, פלעגט ר׳ מענדל זיצן אין זיין צימער און לערנען, אדער זיצן ביחידות און שרייבן, אין געשריב ן האט ער א סך. ליידער האבן מיר נישט זוכה געווען צו זען זיינע כתבים, וועלכע זענען אומגעקומען צוזאמען מיט אים אין די פלאמען פון אושוויץ. כבוד זיין אנדענק! פון מענדל ראזענזאפט׳ס קינדער איז געבליבן לעבן נאר איין זון יאסעלע, וואס האט אדורכגעמאכט אלע נאצישע גיהנומ׳ס. געשפרונגען פון צוג, וואס האט געפירט בענדינער יידן קיין אוישוויץ, אנטלויפט פון ארבעטס״לאגער, צום צווייטן מאל פארשלעפט קיין אוישוויץ, און צום סוף פון דער מלחמה געפינט ער זיך אין טויטךלאגער בערגךבעלזן, ווו ער שטעלט אויף די פיס מיט זיין ענערגיע די האלבע טויטע "מוזלמענער". אבער די אלע שווערע איבערלעבונגען האבן אים נישט צעבראכן מארא- ליש, — געבליבן דער פריילעכער און ענערגישער יאס׳ל, וועלכער שפינט ווייטער דעם גאלדענעם פאדעם פון זיין למשפחה, און זעצט פאר די גרויסע גייסטיקע ירושה פון זיין גרויסן פאטער. דוד ליווע ר * צירעלע(צעשא) שיין - די "מאמע פון די יתומים"
ן1ו דיכאראקטעריסטישע טיפן פון בענדין, וועלכע האבן אקטיוו און ₪2שטארקן טייל גענומען אינעם געזעלשאפטלעכן און פאליטישן לעבן פון יידישן בענדין, געהערט אויך די איידעלע פדו י צירעלע שיין, פון די אקטיווסט ע טועריגס אויף אלע געביטן, וואס האט זיך אויסגעצייכנט מיט איר מסירוודנפ ש און ענערגיע. א דאנק איר מיטארבעט האבן אסך בענדינער אינסטיטוציעס דערגרייכט א הויכע מדרגה. צירעלע שיין איז געקומען פון איינע פון די שענסטע חסידישע היימען אין ווארשע, און באלד נאכן באזעצן זיך אין אונזער שטאט, אלס פרוי פון יצחק שיין (אן אנגעזעענער ציוניסט אין שטאט), האט זי אנגעהויבן ארוים־ ווייזן פאראינטערעסירונג אין געזעלשאפטלעכער ארבעט, געווארן א חשובער מיטגליד אין "טאוואזשיסטווא דאבראצ׳ינאשץ", די עלטסטע פילאנטראפישע אינסטטדציע אוגטער דער אנפירונג פון ד״ר וויינציהער, און מיטגעהאלפן אין שאפן געלד״מיטלן און מעדיצינישע הילף פאר די ארעמע מאסן. געוויס האט די אינסטיטוציע סארמאגט נאד אנדערע מיטארבעטער, וועלכע האבן איר געווידמעט אסך צייט און מי, אבער צירעלע שיין האט איבערשטיגן אלע. זי האט געברויזט מיט ענערגיע, אין נישט בחינם האט מען זי גערופן די "מאמע פון די יתומים". פון דער ערשטער מינוט אן האט זי זיך געווידמעט 172