Original scan
Original memorial-book scan 177
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1285

$1ר געוואלדיגע ר ד״ילפס״ארבע ט פא ר ארעמ ע יתומים. דע ר יתומיס״היי ם מא ט זיך געפונע ן לאנג ע יאר ן אי ן עטלעכ ע צימער ן אי ן דוד ל זמיגראד׳ ס הויז. דארט פלעג ט צירעל ע קומע ן טאג״איי ן טאג״אויס, געטראג ן ד י זאר ג פא ר דע ר מאטעריעלער או ן גייסטיקע ר אנטוויקלונ ג פו ן ד י יתומים. וו י א מאמע, — אליין וואש ן או ן קעמען, אליי ן געזארג ט א ז ד י באשפייזונ ג זא ל זיי ן א געהעריקע, א ז לערע ר או ן מלמדי ם זאל ן זיי ן גוטע, א ז ד י קינדע ר זאל ן באקומען א ן אלגעמיינ ע או ן רעליגיעז ע דערציונג. ז י הא ט געחולמ ט צ ו שאפ ן א מאדערנ ע קינדער״היים, וו ו ד י קינדע ר זאל ן זי ך פיל ן פרייער, בעסע ר או ן גליקלעכער וו י אי ן ד י דרי י צימער ן אויפ ן דריט ן שטאק, צוויש ן צענדליקע ר שכנים. נאך לאנגע ר אנגעשטרענגטע ר ארבעט, אי ז אי ר חלו ם מקוי ם געווארן: עם אי ז אויפגעבוי ט געוואר ן דא ס גרויס ע יתימיבדהויז, א געבייד ע ווא ה אי ז געווען דע ר שטאל ץ פו ן דע ר שטא ט או ן א פריי ד פא ר ד י ווא ס האב ן געהאלפ ן דעם פלא ן רעאליזירן. אמת, געווע ן א קאמיטע ט ביי ם "טאוואזשיסטוו א דאב" ראצ׳ינאשטש׳/ ווא ט הא ט זי ך פארנומע ן מיט ן בויע ן דא ס הויז, אבע ר ד י צירעלע (צעשא) שיי ן טרייבדקראפט אי ז געווע ן צירעל ע שיין, — ז י הא ט זי ך ניש ט באגנוגנ ט בלוי ז מיטן זאמלע ן געל ט בי י ד י בענדינע ר גבירים, נא ר זי ד אליי ן באשטייער ט מי ט א גאנ ץ אנגעזעענע ר סומ ע געלד.

passage_c1229ba42fa83c01c0d5ed7b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1287-2421

נאכן איבערנעמען דאס הויז פאר די יתומים, האט זי זיך מיט ענערגיע אריינגעווארפן אין דער ארבעט. זי איז געווארן די נשמה פון דעם הויז, זי האט אויך באגלייט די קינדער, וועלכע האבן אין א געוויסן עלטער פארלאזן די היים, אין זיי געהאלפן זיך איינארדנען, וועד אין א ביורא, וועד אלם אנגעשטעלטער, יעדער לויט זיינע פעאיקייטן. די כלל ארבעט פון צירל שיין האט זיך נישט באגרענעצט בלויז אויף פילאנטראפיע. אלם געטרייע און גוטע יידישע טאכטער, איז זי געווען נאענט אויך צו דער ציוניסטישער ארבעט. געווען איינע פון די טעטיקסטע זאמלעד פארן קרן־היסוד און אנדערע ציוניסטישע פאנדן. זייער אפט פלעגט זי איינארדנען ביי זיך אין דער היים אוונטן מיטן אנטייל פון קרןהיסוד שליחים, און אונטער איר איינפלוס זענען שטענדיק דערגרייכט געווארן זייער גוטע רעזולטאטן. חוץ דעם איז זי נישט מיד געווארן פון באזוכן אליין די קרןהיסוד צאלער, באמיענדיק זיך צו פארגרעסערן די סומען. אלע קרןהיסוד שליחים האבן געוווסט, אז צירעלעס מיטארבעט אין מגבית איז א זיכערער מיטעל צום דערפאלג. אדאנק איר אינטעליגענץ און חוש פאר יידיש געזעלשאפטלעכער ארבעט,

passage_3398da848f5faff234781756
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2423-3496

איז זי אויסגעוויילט געווארן אלס ראטמאן אין שטאט־ראט, אלס פארשטייערין פון דער ציוניסטישער ארגאניזאציע. אויך אין שטאט״ראט האט זי אנטפלעקט איר ענערגיע, איר גוטע אריענטאציע אין שטאט״ענינים. אירע זאכלעכע רעדעס פלעגן אויסגעהערט ווערן מיט פולן ערנסט. איר געלאסנקייט און פארשטענדניש פאר שטאטישע פראבלעמען האבן ביי אלע, אפילו ביי די - 173 קריסטן, ארויטגערופן גרויס רעספעקט פאר איר פערזאן. צירעלע שיין איז געווען אין איר באציאונג צו מענטשן — פשוט און פריינטלעך. מיר געדענקען ווי א טייל יידישע פרויען פון אין שטאנד, דערצויגן אין דער פוילישער שפראך, האבן זיך געהאלטן ווייט פון די יידישע מאסן. צירעלע, דאקעגן, פלעגט שיין אויפנעמען אין איר הויז מענער און פרויען פון די ארעמע שיכטן, וועלכע פלעגן קומען צו איר מיט זייערע דאגות. זי האט אלע פריינטלעך אויפגענומען, גערעדט מיט זיי יידיש, באגלייטנדיק זיי ארויס פון איר ווויגונג, און תמיד מוסיף געווען, אז איר הויז איז שטענדיג אפן פאר זיי. געווען פראבלעמען וואס זי אליין האט נישט געקענט wegen זיי, דעצידירן,

passage_197c4074cd8615b31d68a4c6
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3498-4713

האט זי שטענדיק געזוכט א עצה ביי אנדערע. ווען ס׳האט זיך געהאנדלט וועגן דערציונג פון די יתומים, אדער וועגן רעליגיעזע פראגן, איז איר שטענ~ דיקער בעל״יועץ געווען יצחק וויגאדסקי. אים האט זי אלץ אנפארטרויעט. וועלכער לערער אדער מלמד איז גוט פאר די קינדער. אפט פלעגט דער שריי" בער פון די שורות באקומען א טעלעפאן בזה הלשון: "פאני ליווער, קומט ארויף צו מיר, כ׳וויל זיך מיט אייך באראטן וועגן געוויסע ענינים". נאד איינער צו וועמען זי פלעגט זיך אפט ווענדן איז געווען ד״ר וויינציהער, צו וועלכן זי האט געהאט גרויס רעספעקט און צוטרוי. זי איז געווען פאפולער ביי אלע שיכטן און אלע האבן זיך באצויגן צו איר מיט דרל״ארץ און דאנקבארקייט פאר איר אומדערמידלעכער אקטיוויטעט אויף אלע געזעלשאפטלעכע געביטן. אלץ האט זי געטאן אן רעש, אן רעקלאמע, אבער מיט א פילבאר יידיש הארץ. זי איז געווען פון דער משפחה שיין, באקאגט אויסער די גרענעצן פון בענדין, וואס האט אלע יארן ארויסגעוויזן פיל פאראינטערעסירונג צו יידישע אין אלגעמיינע פראגן, צווישן זי גרויסע נדבנים און שפענדער פאר ארץ ישראל פאנדן. צירעלע שיין האט אבער געלייסטע נאך מער — איר צייט, איר ענערגיע, איר לעבן פאר טובת הכלל.

passage_2c02fa62dbfc52d605ac4cb3
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4715-5922

דער בלוטיקער גאצישער מערדער האט אומגעבראכט איר און די טייערע צירעלע, מיט איר מאן און איינציקן זון. זאל איר אנדענק שטיין פאר אונזערע אויגן. מיר, וועלכע האבן זי געקענט פערזענלעך און אויך מיטגעארבעט מיט איר, האבן תמיד באווונדערט די טייערע יידישע טאכטער, וואס איז א לעבך לאנג געשטאבן אויף דער וואך צו לינדערן די גויט פון די ארעמע יידישע מאסן, און אין דערזעלבער צייט אויך געהאלפן בויען דעם גרויסן בניון — ישראל. אברהם ליחיער * שמעון פירסטענבערג * עבוירן אין אפאטאוו(קעלעצער גובערניע), ווווא ער האט זיך באשעפטיקט 1* מיט בוכהאלטעריע און מיט שרייבן "פראשעניעס" צו דער רוסישער מאכט. באקעגענדיק זיך מיט זיין צוקונפטיקער פדוּי (פון דער הייִם גאלד־ מינץ), האבן זיך אירע עלטערן, וועלכע האבן געזוכט א תכלית פאר זייער טאכטער, אנטקעגנגעשטעלט דעם דאזיקן שידוך, מחמת עס פאסט נישט, אז זייער קינד, וואס שטאמט פון א באלעבאטיש הויז, זאל הייראטן עפעס א "שרייבער". זי האבן נישט געוואלט גלויבן, אז אט דער גישט אייג" געארדנעטער בחור, זייער צוקונפטיקער איידעם, וועט מיט דער צייט ווערן געבענטשט מיט עשירות, אז ער וועט שפילן די ראלע פון א בעל בעמייו און וועט זיין אנגעזען ביי לייטן.

passage_b71244ed3bd8dffbbd88af0d
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5924-6347

אגפאנגס יארהונדערט האט ער זיך באזעצט מיט זיין פרוי אין בענדין, און איז געווען בוכהאלטער אין דער ביר״פאבריק פון טראסויער און שווייצער. אין דער ערשטער וועלט מלחמה האט ער געעפנט א געשעפט פון מעבל און גראמאפאנען, איינפירענדיק, צו יענער צייט, א חידוש אין דער בראנזשע: פארקויפן מעבל אויפן אויסצוצאלן אויף לענגערע ראטן* ער האט זיך טאקע אויסגעטויגט אין האנדל, געהאט הצלחה א>ין

passage_4e1eaf142cb7f1a8c439851d